LYRIC

TZIMBLEN- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Ameritchke

,איינער האט אמאל חתונה געהאט
,מיט א גרויסן תלמיד חכם
,”און האט צוגעזאגט פארן “הרי את
.אז זי וועט גיין אין זיינע דרכים

,צוגעדעקט די קאפ וועט זי שטענדיג גיין
,און היטן טהרות המשפחה
,און געקליידעט זיין צניעות’דיג און שיין
.די קיך וועט אויך זיין כהלכה

,און דורך געגאנגען איז עטליכע יאר
,מען האט געקריגן שלעכטע שכנים
,און זיי האבן זיך מיט די יונגע פּאר
.גענומען לעבן גוט אינאיינעם

,און קוקנדיג אזוי, האט די יונגע פרוי
,גענומען פירן זיך מאדערן
,מען איז יונגעלייט, און ס’איז א נייע צייט
.מען דארף שעמען זיך אויפהערן

,און קומען וועט א שעה, וועט זי קריגן געסט
א מלאך פרעגן וועט איר נאמען
“זי וועט זאגן “נאו” און ער וועט זאגן “יעס
.און ער וועט נעמען איר נשמה

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען

,פאר יעדן טריט און פאר יעדן שפאן
,וואס זי האט ניט דערציילט די מאן
,פאר אויפירן זיך ניט ווי עס פאסט
,פאר די קינדער פאר א גאסט
,פאר אפדעקן וואס עס דארף זיין פארשטעלט
,אפי’ אין קאנטרע אין מיטן פעלד
,ווייל זי האט גערעדט, געזען, געהערט
.זאכן וואס די תורה האט פארווערט

,אז זי וועט קומען אין די הימלען
.אוי וועט מען איר צימבלען

!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען איר דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען צימבלען

,בעקאנט איז איבעראל, דער הייליגער חז”ל
,ניט דא קיין צדיק אן עבירות
,און יעדער איינער היינט, מיינע גוטע פריינד
.איז דאך פול מיט אט די זכיות

,א קביעות זיך געמאכט, לערנען אלע נאכט
,מען וועט איינשלאפן נישט ביים ווילן
,און אז מען נעמט אראפ, דעם “של ראש” פון קאפ
.דערמאנט מען זיך אז דאס איז תפילין

,איר קוקט ארויס פון הויז, איר גייט אין גאס ארויס
,חצופת פול פון אלע זייטן
,איר דרייט אוועק די קאפ, איר קוקט ארויף אראפ
.און איך קענט זיי ניט אויסמיידן

,מען דארף פרנסה מער, מען ארבעט זייער שווער
,און דער לעבן אן א סדר
,די קאפ אזוי פארדרייט, מען ווייסט ניט ווי מען גייט
.און מען פאלט א דורך כסדר

,און קומען וועט א שעה, וועט מען קריגן געסט
א מלאך פרעגן וועט דעם נאמען
“מען וועט זאגן “נאו” און ער וועט זאגן “יעס
.און ער וועט נעמען די נשמה

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען

,פאר יעדן שמייכל און פאר יעדן בליק
,פאר אויסדרייען זיך און קוקן צוריק
,פאר אנרירן און פאר געבן הענט
,וועט מען קריגן מיט פראצענט
,פאר ביטול תורה און דאווענען קאלטערהייט
,פאר לשון הרע און לצנות רייד
,פאר נישט טון קיין טובה ווער עס בעט
.פאר חשש גזילה אפגערעדט

,וועט מען נעמען אין די הימלען
.און מען וועט דארטן צימבלען

!און צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז דארט צימבלען
!צימבלען! צימבלען! אוי וועט מען אונז צימבלען