LYRIC

TAYERE FUTER/DEAR FATHER- Mordechai Ben David- Composed by Yossi Green, Lyrics by MBD- Hold On/The Yiddish Collection

טייערע פאטער גרויסער קעניג
וויפיל מיר לויבען דיר איז אלעס ווייניג
.דיין גרויסע ליבשאפט ווער קען פארשטיין

דו טוסט זיך פון אונז באהאלטען
אין אלע ווינקעלעך אין אלע שפאלטען
.נאר ווער עס זוכט דיך דער קען דיך זעהן

ארץ ישראל האסטו אונז געגעבען
מיר זאלען וואוינען דארט א הייליג לעבען
.פון אלע שונאים האסטו עס באפרייט

געהייסען אונז די תורה היטען
וועט מען האבען דארט פון אלעם גוטען
.מיר האבען געשוואוירען ביים בארג סיני

אבער היינט זיינען מיר פארטריבען
יתומים פיצעלעך געבליבען
.יא מיר זיינען שולדיג געבראכען אונזער תנאי

אבער דו האסט דאך אליין געשריבען
אפילו ווען מיר וועלען זיין פארטריבען
.דו וועסט אונז היטען נישט לאזען פארלוירען גיין

מיר בעטען דיר ק-ל חי וקיים
דיין הייליגע ווערטער זיי מקיים
.ס’איז דאך דיינע קינדער ווי ביטער איז דער צער

לאמיר שוין גיין אהיים און איינעם
און מער נישט שרעקען זיך פאר קיינעם
!גענוג שוין גלות – גענוג שוין דער געפאר