LYRIC

TATENYU- Avraham Fried- Composed by R’ Shalom Charitonov (Yaaleh), Lyrics by Avraham Fried- Forever One

א טאטע ביסטו גאר א געטרייער
,דיין ליבשאפט צו אונז איז דאך אין לשער
און נאך מער פון דעם זאגט דער הייליקער בעל שם
.אז יעדער איד איז ביי דיר א בן יחיד

געזעסן זיינען מיר אין איינעם ביי דיין טיש
,פארשיקט זיינען מיר אין גלות אין א וויסטעניש
.קומען מיר דיינע קינדערלעך בעטן ביי דיר

CHORUS:
אבינו אב הרחמן, רחם עלינו
,דיין בן יחיד בענקט נאך דיר, געוואלד טאטעניו
אוי ווי ליכטיק אוי ווי הייליק עס איז דאן געווען
.ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען
ותחזינה עינינו בשובך לציון
,ווען וועט שוין אונזער גואל אנטאן זיין קרוין
בכל יום אחכה לו מיר ווערן גארנישט מיד
.ברענג אונז משיח בן דוד

און טאקע באלד וועלן אידן קומען אין בית מקדשך
,יעדן שבת און ראש חודש להשתחוות לפניך
ס’וועט זיין ונגלה כבוד השם
.אלע וועלן דינען אים

CHORUS:
אבינו אב הרחמן, רחם עלינו
,דיין בן יחיד בענקט נאך דיר, געוואלד טאטעניו
אוי ווי ליכטיק אוי ווי הייליק עס איז דאן געווען
.ווי דערלעבט מען נאכאמאל דיך זען
ותחזינה עינינו בשובך לציון
,ווען וועט שוין אונזער גואל אנטאן זיין קרוין
בכל יום אחכה לו מיר ווערן גארנישט מיד
.ברענג אונז משיח בן דוד

מיט ליבשאפט וועסטו נעמען יעדן אידן פארן האנט
,מיט ניסים עם צוריק פירן אין אונזער הייליג לאנד
א גאנצער פאלק גרויס און קליין
.קיינער וועט פארלארן גיין

צוזאמען קומען וועלן מיר זיך ברידער לאנג צו שייד
,מיט אהבת אחים אין ירושלים, מיט שמחה און מיט פרייד
.און וויסען וועט די וועלט גענוי אז אין עוד מלבדו