LYRIC

TAANIS ESTHER SHMOOZE- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

אבער אז מען קומט צו די ערליכע אידן איז אן אנדער וועלט
דארט האט מען ליב געבן געלט
און אצינד ווייסט איר שוין און פארשטייט
פאר וואספארא צוועק מען גייט
אצינד טייערע פריינט, לכבוד דעם יום טוב היינט
איז זייער גלייך, פרעגן אפאר קשיות ביי אייך
און ווייל עס איז שווערער אצינדער צו קלערן
וועל איך אייך גלייך, זאגן דעם תירוץ פאר אייך
די ערשטע קשיא וואס איך וויל אייך שטעלן
איז פארוואס טוט מען אין זיך פורים פארשטעלן
די צווייטע קשיא איז דער עיקר
פארוואס איז מצוה פורים זיין שיכור
נאך א קשיא איז א חידוש די גרעסטער
פארוואס ביין טאג הייסט עס תענית אסתר
און ביינאכט מגילת אסתר
עס איז דאך א סתירה ממה נפשך
אז עס איז תענית פארוואס עסתל-ער
טאמער וועט איר זאגן אז אסתר איז א נאמען פון א אשה
דארף דאך שטיין עסתל-זי ניט עסתל-ער
דער חידוש דער גרעסטער
און אט איז דער ענטפער דער בעסטער
אז אסתר מיינט טאקע ער עסט עסט-ער
און תענית מיינט מען האט צו איהם טענות פארוואס עסט ער
איז ווייטער דא א קשיא אז תענית מיינט נישט תענית
פארוואס זאל ער נישט טארן עסן
דער תירוץ איז אז דא איז דא אנדערע אינטערעסן
תענית מיינט טאקע א תענית
און אסתר מיינט אז דער תענית איז בהסתר
דערפאר עסט ער
מען זאל נישט וויסן אז עס איז א תענית עסט ער
אבער דער אמת’ער פשט פון תענית אסתר איז אז אידן האבן טענות אויפן הסתר
אויפן הסתר פנים וואס דער באשעפער האט זיך אזוי פארשטעלט
און ס’איז אזוי פינסטער אויף די וועלט
און צרות און שרעק, אן א ברעג
און עס נעמט נישט קיין עק
אבער ווער עס וויל קאן אפילו אין דעם, זעהן השם
עס איז דאך קיין הסתר ניט דא
אויף יעדן טריט קען מען זעהן אז דער באשעפער איז דא
און דאס האט מען אנגעפאנגען זעהן
ווען די מעשה מיט מרדכי און אסתר איז געשען
עס זענען פארהאן צוויי הנהגות אויף די וועלט
איין הנהגה פון דער תורה א הנהגה פון ניסים אפענע און התגלות’ן
און די צווייטע הנהגה וואס איז אין דער נאטור פארשטעלט
די ערשטע הנהגה איז אין מצרים געווען
מען האט ניט נאטורליכע ניסים געזעהן
און ביים ים סוף און ביים בארג סיני אידן זענען געווען פוהל מיט שרעק מיט מורא
אזוי האט מען מקבל געווען די תורה
זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה
די וועג פון דינען דעם באשעפער די שרעק
איז אבער געווען פארן פשוט’ען פאלק א צו שווערער וועג
און דער ערב רב האט גרינג געקענט איינרעדן פון דעם דרך אוועק
און מאכן זיך אן אפגאט א שפיל
וואס מען קען טאהן מיט דעם וואס מען וויל
וואס מען דארף זיך נישט שרעקן פאר איהם
זענען אוועק נאכדעם פיהל יארן פון צער און צארן
דער בית המקדש איז חרוב געווארן
דאן האט באשלאסן דער באשעפער ברענגען זיין פאלק צוריק צו איהם
באווייזן איהם דעם צווייטן דרך פון השם
וואס די וועלט איז באשאפן געווארן מיט דעם
בראשית ברא אלקים
אלקים” בגימטריא “הטבע” די נאטור”
וואס אלס פירט זיך אין געוויסע געזעצען נאר
די זון שיינט ביין טאג מען זאל קענען זעהן
ביי נאכט די לבנה מען זאל קענען רוען
און דער דארף גיסט דער רעגן אטן אחן עק
ווען זיי דארפן נישט טרייבט דער ווינט דעם רעגן אוועק
אבער דאס אלס ווערט געפירט דורך השם
קיין בלעטעלע גיט זיך ניט א ריר אטן איהם
דאס האט ער געוואלט זיין פאלק זאל זעהן
און אויסגעקליבן די צייט האט ער ווען
אחשורוש איז געווען קייסער אויף יעדן לאנד
און אלע אידן פון דער וועלט זענען געווען אין זיין האנד
און אט וועט איר הערן וואס איז דאן געשען
ווען אחשורוש איז קעניג געווען