LYRIC

SHOSHANAS YAAKOV- Sung & Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Shoshanas Yaakov

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
דעם קעניגס פערד געקומען, מרדכי אדער המן
.ערזעהן האט מען די ציצית און זיך געפריידט אזוי

אחשורוש ער דער קייסער, איז א נער א גרויסער
געוואלט האט ער באווייזן זיין רייכטום פאר די וועלט
געמאכט האט ער א סעודה, מיט אלע זאכן גוטע
.און זיצן אלע מענטשן מען שיכור’ט און מען קוועלט

און פון וואנען ווייסן מיר אז אחשורוש איז געווען א נער
זאגן די חכמי פורים אחשורוש איז דער פשט
אחת איינע מראש פון קאפ
עס האט איהם געפעלט א שרייפל אין קאפ
פארוואס שטייט ורוש נישט מרוש
ווייל ווען עס פעלט א שרייפל איז עס אך און וויי
און וואס איז געווען אין די סעודה
וועלכע מאכלים גוטע
גלויבט מיר אז דארט וועט איר זעהן בעסערע מאכלים ווי דארט איז געווען
א פייג האט ער געהאט ערשט, קאקאש מיט האלאפצעס
געפילטע קישקע מיט גריוון און בארבעקיו טשיקען
און פאר א נאש, לעבערלאך מיט גולאש
וואספארא גוטע זאכן
קענען שוין די גויים מאכן
וויסט איר וואס איז געווען דארט
דער פורים רב דאס פארטייטשט ווארט ביי ווארט
עס איז געווען שטייט אין מגילה
זיבן טעג א סעודה אין גארטן אין קייסער’ס פאלאץ
עס איז געווען דארטן לערנט דער רב פשט
חור כרפס געלעכערטע פאטעטעס געלעכערטע קארטאפל
ותכלת דאס מיינט בלויע ווערימער
אחוז עס האט זיך געהאלטן
בחבלי בוץ מיט שטריק פון בלאטע
וארגמן מען האט געקענט גע’הרג’ט ווערן
על גלילי כסף אויף די מיסט פון א שעפס
עמודי שש מטות זיי האבן געשטאנען אויף זעקס בעטן
זהב עס האט גערינען
וכסף מען איז געווארן אינגאנצן אפגע’נער’ט דיסעפוינטעד
על רצפת, רהצ מיינט מען איז געלאפן
פת נאך א שטיקעלע ברויט
בהט מען איז געגאנגען אנגעטוהן אין לייוונט
ושש ודר וסוחרת זעקס דארע סחורות
געפעלט אייך דער פשט
אט אזוי כמעט
האט אויסגעזעהן אחשורוש’נס סעודה
.ניט ווערט געווען קיין פרוטה

דער קייסער טוהט באפעלן די מלכה זאל זיך שטעלן
פארן עולם יעדער זאל זעהן ווי זי איז שיין
די מלכה זייער שיכור, פוהל מיט וויין און ליקער
.נישט געקאנט זיך רירען נישט געקאנט דארט גיין

זיצט דער שר ממוכן אין א הוט א רויטן
דאס איז דאך געוועזן ער אליין המן
ער עצה’ט פארן קייסער דער קעניגן צו טויטן
.דער קעניג שיכור זייער געזאגט מען זאל עס טאן

און ווען עס איז פון קעניג די וויין ארויסגעקומען
געהאט האט ער חרטה זייער שטארק אויף דעם
האט אט דער ממוכן הייסן גלייך גענומען
.א קעניגן א נייע אויסקלייבן פאר עם

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
קומען זיי פון אלע זייטן, און פון נאנט און פון ווייטן
און אליין דער קעניג שטייט און ער באטראכט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
אויסגעקליבן האט ער אסתר, פאר די שענסטע פאר די בעסטער
.תיכף פאר זיין מלכה האט ער איר געמאכט

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
אויסגעקליבן אסתר דער שענסטע די בעסטער
.זי איז דעם קעניג’ס מלכה אבער ניט זיין פרוי

זאגן די חכמים אז מרדכי האט געשיקט צום קעניג אחשורוש א רוח
וואס האט פונקט ווי אסתר אויסגעזעהן
און זי איז עס די מלכה געווען
און די מאמע פון זיין קינד דריוש געווען
ווייל יעדער קאן פארשטיין
.אז חלילה אסתר די צדיקת זאל בלייבן מיטן קעניג אחשורוש איין מינוט אליין

דער קייסער כאפט התפעלות, פון די מלכה’ס מעלות
פאר די עצה המן’ען מאכט ער זייער גרויס
פאר איהם טוט יעדער קניען, מען טוט זיך אויסציען
.נאר דער איינער מרדכי לאכט זיך פון איהם אויס

המן פוהל מיט צארן, איז געוואויר געווארן
אז מרדכי איז א איד און שרעקט זיך פאר איהם ניט
און ער טוט גלייך לויפן, דעם קעניג אונטערקויפן
.און אליין מיט דינר’ס נישט בלייבן זאל א איד

דער קעניג זעהט די רענדלעך, און עס איז פארשטענדלעך
ער ערלויבט דעם המן טאן אלס וואס ער וויל
מרדכי ווערט דערשראקן, און לויפט פאר אסתר זאגן
.אסתר גייט צום קעניג און חן ביי איהם האט פיהל

זיין שטימונג איז א גוטע, זי בעט איהם אויף א סעודה
מארגן אין איר פאלאץ וועט עס זיין געמאכט
אויך זאל קומען המן, געמעקט זאל זיין זיין נאמען
.צו איר אין דעם פאלאץ האבן ביי דער נאכט

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
טוען שוהלען זיך פארפוהלען, מען זאגט תהלים טאג און נאכט
אלע טאג תעניתים האט מען דאן געמאכט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
אלע זיינען שטארק צובראכן, אבער פולע מיט בטחון
.אז גאר גרויסע ניסים ווערן באלד געמאכט

שושנת יעקב צהלה ושמחה
יעדער איינער ביי זיך אין טיפן הארצן טראכט
פארוואס האט ער דער בורא, ניט לאנג פאר די גזירה
.פאר א מלכה האט ער אסתר’ן געמאכט

איינמאל טוט פאסירן, מרדכי גייט שפאצירן
און ביי א וואנט א הויכן האט ער זיך געשטעלט
ער הערט ווי צווייען ריידן, מען מאכט א פלאן צו טייטן
.דעם קעניג אחשורוש און צונעמען זיין געלט

די צווייען האבן גערעדט אויף א שפראך וואס קיינער אין לאנד קאן נישט פארשטיין
פארשטאנען האט עס אבער נאר מרדכי ער אליין
און ער איז פון די סנהדרין געווען
.וואס יעדער פון זיי זיבעציג שפראכן קען

מרדכי שנעל געלאפן, אסתר’ן געטראפן
זי לויפט גלייך צו דעם קייסער און האט איהם פארהיט
געשריבן איז געווארן, אין ספר הזכרון
.דער רעטער פונעם קעניג איז מרדכי דער איד

אינמיטן נאכט געטראפן, דער קייסער קאן ניט שלאפן
דעם ספר הזכרון ברענגט מען גלייך פאר איהם
דער ספר ליגט שוין אפען, און גלייך האט מען געטראפען
.וויאזוי דער מרדכי האט גערעטעט איהם

האט געזאגט דער קייסער, ס’איז א נס א גרויסער
צו האט מען אט דעם מרדכי’ן באצאלט עפעס פאר דעם
קיינער טוט נישט וויסן, דעם קייסער טוט פארדריסן
.ער האט באשלאסן תיכף אפצאלן פאר עם

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
פלוצלינג המן קומט אינמיטן, און דערציילן פון דעם אידן
מרדכי’ן דארף מען הענגען די תליה שטייט שוין גרייט
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
נאר דער קייסער וויל ניט הערן, עפעס אנדערש טוט ער קלערן
.און ער טוט ניט הערן פון המן’ען די רייד

שושנת יעקב צהלה ושמחה
ווען המן קומט ווען פריער ווי דאס איז געשעהן
דער בוך איז ווען נישט אפען, די מעשה ניט געטראפען
.דער קייסער וואלט געפאלגט איהם און ביטער וואלט געווען

דער קייסער טוט גלייך פרעגן, וואס טוט מען דערוועגן
ווי באצאלט מען איינעם וואס האט מיר גוטס געטאהן
המן האט פארשטאנען, ווער איז נאר פארהאנען
.וואס טוט גוטס דעם קייסער אויסער ער המן

האט ער גלייך געהייסן, א פערד נעמען א גרויסן
אויף איהם זעצען דעם איינעם מיטן קעניג’ס קרוין
פאר איהם זאל זיין א לויפער, זאל שרייען אויפן שופר
.פאר גוטס טוהן פארן קעניג קומט דאך אזא לוין

זאגט צו איהם דער קייסער, נעם א פערד א גרויסער
זעץ אויף איהם דעם מרדכי און טו איהם אן מיין קרוין
דו זאלסט זיין דער לויפער, און שרייען אויף א שופר
.פאר גוטס טוהן פארן קעניג קומט דאך אזא לוין

און דער פערד טוט לויפן, מרדכי ער זיצט אויבן
אין דעם קייסער’ס בגדים אויפן קאפ זיין קרוין
שווער איז צו דערקאנען, מרדכי אדער המן
.דערזעהן האט מען די ציצית און אלע ווייסן שוין

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
המן’ס ווייב עס שטייט פון אויבן, און זי טוט אויף זיכער גלויבן
אז המן איז דער רייטער און מרדכי לויפט פאר איהם
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
זי נעמט אן עמער מיסט מיט ריח, און ווארפט מיטן גאנצן כח
.אויף המן’ען דעם לויפער און באגאסן איהם

שושנת יעקב צהלה ושמחה
שטייען אלע מענטשן און פאטשן מיט די הענט
אלע טוען לאכן, המן טוט דאך קראכן
.ער קומט אהיים צובראכן איהם קיינער ניט דערקענט

און זרש איז געווען די ערשטע וואס האט אלע מצוות אין פורים מקיים געווען
זי האט מיט א כלי שמוץ המן’ען איר מאן מכבד געווען
און ביי איר איז א אמת’ע שמחת פורים געווען
אויך איז זי געווען עד דלא ידע געוויס
זי האט נישט געוואוסט ווער ס’איז מרדכי און ווער המן איז
שטייט אין מגילה והמן נדחף לביתו אטבול וחפוי ראש
המן איז געשטויסן געווארן צו זיין הויז אבל וחפוי ראש
וואס איז דער פשט פון חחפוי
זאגט דער פורים רב אזוי
גאנץ שושן איז געקומען צו לויפן פון אלע ערטער זעהן המן’ען
און עס איז געווען א גרויסע געלעכטער
ווער עס האט אויף איהם א קוק געטוהן האט געמוזט לאכן זאגן כאח אזוי
און ווי מען האט געגעבן א שמעק האט מען געזאגט פוי
און יעדער איינער האט איהם געגעבן מיטן פוס שטויס
אזוי ביז זיין הויז
דאס איז דער פשט פון נדחף און כאח-פוי
און גאנץ שושן האט זיך געפריידט אזוי
.דעם סוף זאל האבן יעדער שלעכטער גוי

אלע המן’ס בנים, געוואשן שטארק זיין פנים
די שמוץ וויל ניט ארונטער און דער ריח האלט
פלוצלינג קומט מען זאגן, די מלכה’ס פערד און וואגן
.ווארטן ער זאל קומען אויף די סעודה באלד

געקומען אויף דער סעודה, מאכלים זייער גוטע
אבער נאך א ריח קומט דערצו צו דעם
אלע פוהל מיט זארגן, מען לייגט עס אפ אויף מארגן
.המן קומט אויף מארגן דער ריח קומט מיט איהם

אויף מארגן ביי דער סעודה, די שטימונג איז א גוטע
אסתר פאנגט אן וויינען און די הארץ גיסט אויס
דער קייסער איז געווארן, אויף המן פוהל מיט צארן
.און צו זיך אין גארטן אז בייזער גייט ארויס

המן זעהט פארפאלען, און ער טוט דארט פאלען
פאר דעם ארט, ווי אסתר איז געזעצן דארט
און ער טוט זיך בעטן, אז זי זאל איהם רעטן
.און פארן קייסער זאגן אויף איהם א גוטע ווארט

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
און אינמיטן קומט דער קייסער, אזא כעסן אזא בייזער
המן פאר די מלכה גיסט די הארץ זיך אויס
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
איז דער קייסער צוגעקומען, און ער האט איהם אנגענומען
.פון הונטען פארן קאלנער און ווארפט איהם ארויס

שושנת יעקב צהלה ושמחה
די ישועה איז געקומען אזוי גוט און גיך
דער קייסער קאן נישט עסן, ער קאן גארנישט פארגעסן
.אויף המן פוהל מיט צארן רופט אסתר’ן צו זיך

זיין רינגל טוט צו איר געבן, זאל רעטן יעדנס לעבן
לויפן זאגן די רייטער די גזירה איז אראפ
די אנטיסעמיטן, די שונאים פון די אידן
.יעדן איינעם טויטן אראפהאקן די קאפ

מען איז דאך גלייך געלאפן, די רייטערס אנגעטראפן
פונקט אין צייט געזאגט זיי די גזירה איז אראפ
די אנדערע פאפירן, געגעבן זיי דאס פירן
.המן’ס פריינט זיי אלע אראפהאקן די קאפ

מען איז גלייך געגאנגען, און המן’ען געהאנגען
און זיינע אלע בנים הענגען ארום איהם
די אנטיסעמיטן, די שונאים פון אידן
.עס איז נישט געבליבן א זכר גאר פון דעם

מרדכי איז דאך פרייליך, פאר משנה למלך
מיט אסתר’ן די מלכה א געבענטשטע פלאטר
אחשורוש אלע יארן, קלוגער נישט געווארן
.געבליבן מיטן רוח אלע זיינע יאהר

אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ארור המן ארור המן אשר ביקש לאבדי
ברוך מרדכי מרדכי היהודי
אוי אוי אוי אוי אוי אוי
ארורה זרש ארורה זרש זרש אשת מפחידי
.ברוכה אסתר אסתר בעדי

שושנת יעקב צהלה ושמחה
בראותם יחד תכלת מרדכי
שווער געווען דערקאנען, צו מרדכי אדער המן
.דערזעהן האט מען די ציצית און זיך געפריידט אזוי