LYRIC

SHMOOZEN- Sung & Composed By Boruch Sholom Blesofsky- Bishvili

אויב איך זוך דיך און דו טרעפסט מיך
און איך טרעף דיך ווען דו זוכסט מיך
צו ביסטו טאקע דא מיט מיר ווען איך טרעף דיר
איך מעסעדזש דיך ווער ענטפערט מיך
א ראנג נומבער זאגט ער האט איר
.אזוי קען מען ניט שמועסן

אמאל א זוך פון מיך מיט דיך
א שמועס געווען באטעמ’ט נישט גיך
אבער היינט נו פרעג איך דיר
ווען מען גייט שוין א שפּאציר
די קאפּ איז פיל מיט ביר
כ’מיין נישט ביר, כ’מיין צו זאגן נישט מיט מיר
.פארוואס ביסטו ניט מיט מיר

CHORUS:
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
דיין קאפּ איז יעצט נישטא, צופלויגן און פארטראכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
מיין קאפּ איז אויך נישטא פארלוירן און פארמאכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
דיין קאפּ איז יעצט נישטא, צופלויגן און פארטראכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
.מיין קאפּ איז אויך נישטא פארלוירן און פארמאכט

קום צו מיר דיין הארץ איך שפּיר
אנטשולדיגט מיר אז איך בין פריער נישטא געווען
אבער אצינד בין איך מיט דיר
יעצט הער איך דיר און קאפּעריר
און נאר אויף דיר זיך קאנצענטריר
.די וויכטיגקייט פון צייט כ’וועל אויספירן

ווייל וואס מען טוט די איין מינוט
איין איינציג מאל די שעה מען האט
איז וויכטיג אז מ’איז בשעת
א גוט פארברענג אין שול אין גאס
.ווי איך בין וויל איך דארט זיין ממש מיטן פילן דעת

CHORUS:
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
דיין קאפּ איז פיין יעצט דא דיין אויגן נישט פארטראכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
מיין קאפּ איז אויך שוין דא ברייט אפען אויפגעמאכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
דיין קאפּ איז פיין יעצט דא דיין אויגן נישט פארטראכט
שמועסן א גאנצע טאג, שמועסן א גאנצע נאכט
.מיין קאפּ איז אויך שוין דא ברייט אפען אויפגעמאכט