LYRIC

SHIR HAMAALOS- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Teshuvah

שיר המעלות אשרי כל ירא השם
ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם
דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא
און ער לערנט תורה, און די מצוות היט
שבת כהלכה, און טהרת המשפחה
און ער עסט פון השגחה, און צדקה פיל ער גיט

ווי געשמאק דער לעבן פון איד וואס גלייבט אין דעם
אז די גאנצע וועלט איז צוליב איהם
ער זאל לערנען תורה, און די מצוות טאהן
און אויבן גרייט מען פאר איהם אלעס אן

א בוימעלע זאל בליען, א פייגעלע זאל פליען
עס זאל זיין וואַרים אדער זאל זיין קאלט
א טראפנדל פון רעגן, א בלעטל אויף די וועגן
אויבן ווערט באשטימט פאראויס, ווען און וואו עס פאלט

עס קומט אן דער פריהמארגן, ער כאפט זיך אויף פון שלאף
ער האט נאר וואס געפיהלט דעם טעם פון סוף
ער לייגט זיך שפעטער שלאפן ער האט קיין מורא ניט
ווייל ער האט א שומר וואס איהם היט

ער גייט די גאס אריבער, מען פארט איהם נישט איבער
ער וואוינט צווישן חיות איינגעשטעלט
מיליאנען מענטשן לאכן, א עראפלאנען קראכן
אלץ איז מיט א חשבון פון דעם פירער פון דער וועלט

און אויך מיט פרנסה איז די זעלבע זאך
מ’לעבט מיט ווייניג, פונקט ווי מיט א סאך
דער אייבערשטער זאל געבן הצלחה אין די הענט
קאן די שפע רינען פון די הענט

עס טוט עפעס פאסירן, ער טוט זיך נישט פארלירן
דער אייבערשטער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
עפעס איז געווארן, ערגעץ א חסרון
ער וועט עס פארריכטן און ס’וועט ווידער ווערן גוט

עס קומט דער שבת קודש הייליג ווערט די וועלט
און פסח ווי ביים קעניג אין געצעלט
שבועות מתן תורה מ’פליהט אין הימל גלייך
ראש השנה ציטערט פיש אין טייך

יום כיפור די עבודה, עס פאַסט די גאנצע עדה
אין סוכה’לע די הארץ אזוי עס ציהט
די האלידייס סכנות, קאסט טויזנטער קרבנות
און פון א יום טוב האט נאך קיינמאל נישט געשאדט א איד

שיר המעלות אשרי כל ירא השם
ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם
דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא
און ער היט די תורה, און קינדער גוט ערציהט
שבת כהלכה, און טהרת המשפחה