LYRIC

SHABBOS- Lipa Schmeltzer- Composed By Mordechai Ben David,
Lyrics By Lipa Schmeltzer- Letova (Orig. Just One Shabbos- MBD)

דער שבת אלץ איז גרייט, אין שטוב שוין אלעס קלאפט
דער טאטע לויפט אין שול, א מקוה’לע געכאפט
די חזן איז שוין דא
לכו נרננה
.ביים דאווענען א יעדער ביי זיין טיש

באלד נאכן דאווענען, אהיים זיך יעדער גייט
זאגט נאך א תורה’לע, פון מלאכים מ’ווערט באגלייט
ווי שיין עס לייכט די גאס
.זאקן שווארץ און ווייס, שטיוולעך ספאדיק’ס שטריימלעך, יעדער זיין לבוש

CHORUS:
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.ווען מען היט נאר אפ איין שבת קודש, ערליך ווי עס דארף צו זיין
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.אילו ישראל משמרים שבת אחת כהלכתו

א סעודה עסן מיר, יעדער זייערע מנהגים
לכבוד שבת פיל, ברבורים ושליו ודגים
נאכן סעודה א געלויף
אין שול אין רבי’ןס הויף
.איינער לערנט, איינער זינגט קה אכסוף נועם

ביים שחרית דאווענען, קל אדון זינגט דער קהל
נאך מוסף שרייט דער שמש, א קידוש ביי מיכאל
נאכן סעודה א שפאציר
דערנאך ער לויפט אין שול צום שיעור
.און ביי שלש סעודות, פון תענוג רוחני טועם

CHORUS:
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.ווען מען היט נאר אפ איין שבת קודש, ערליך ווי עס דארף צו זיין
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.אילו ישראל משמרים שבת אחת כהלכתו

דער שבת גייט פארביי, צוריק דער ימי חול
ער מאכט הבדלה שוין, צוריק צום שווערן עול
די ביזנעס אין די שטאט
דער יודל זאגט א שאד
.א שיינע שבת , האב איך דאך געהאט

זארג זיך נישט יודעלע, בעהט מיט התלהבות
זאל קומען שוין די טאג, ליום שכולו שבת
אזויפיל אפגעליטען
דאך יעדע שבת אפגעהיטען
.אט אט דערלעבט מען שוין משיח’ס צייט

CHORUS:
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.ווען מען היט נאר אפ איין שבת קודש, ערליך ווי עס דארף צו זיין
נאך איין שבת לאמיר ערליך זיין
נאך איין שבת און מיר גייען אהיים
ווייל דער גמרא באשטימט
אז משיח שוין קומט
.אילו ישראל משמרים שבת אחת כהלכתו