LYRIC

SANDWICH SYSTEM- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Ameritchke

…און אזוי ווי דער וועטער איז צודרייט
אזוי זענען אויך דעם מענטשן’ס געדאנקן און רייד
אט איז ער געלאסן
אט איז ער א כעסן
אט א פאשיסט
אט א קאמוניסט
אט א נטורי קרתא און אט א ציוניסט
פארהאן מענטשן וואס ווערן נישט נתפעל פאר קיינעם
און זיינען ביידע זאכן אינאיינעם
אין אמעריקע הייסט עס “סענדוויטש”
ברייט באקאנט
דער באליבסטער מאכל פון לאנד
יעדער איינער ווייסט
אז מען עסט ברויט מיט פלייש
גיט מען א ביס ברויט
דערנאך א ביס פלייש
און לויט דעם סדר
עסט מען כסדר
א ביס נאך א ביס
ביזן לעצטן פיס

אין אמעריקע אבער איז ניטא קיין צייט
און מען וויל פילן ביידע טעמים פון יעדע זייט
לייגט מען אריין די פלייש אין די ברויט און מען קייט
כדי ס’זאל געשמאקער זיין
לייגט מען נאך אריין פיקל’ס מאסטערד קעטשאפ כריין
סאלאט מיט גרינס וויפיל עס קען אריין
און נאך א מעלה האט עס
עס איז לייכט צו פארדייען
איר קאנט קייען און ארבעטן צוזאמען
און ווען איר גיט א ביס פילט איר אלע טעמים

און אט דער סענדוויטש סיסטעם
האט א גרויסן שם
אין גאנצן קולטערעלן לעבן נוצט מען זיך מיט דעם
א מישמאש וואו מען גיט א בליק
אין די וויסנשאפט אין די פאליטיק
אין די מאדערנע מאהלערייען אין די מאדערנע מוזיק
די געשיכטע דערציילט
אז אמאל זענען מענטשן געווען אויף צוויי קלאסן צוטיילט
דער העכערער קלאס די אריסטאקראטיע האט געהאט די געלט
צו אים האבן באלאנגט לויער’ס און דאקטוירים אפיצערן מיניסטארן
די צווייטע קלאס איז געווען די אונטערוועלט
פארברעכער רויבער מענטשן מיט חסרון
און די ביידע קלאסן פלעגן זיך שטענדיג כעסן
אבער היינט זיינען ביידע קלאסן געווארן די בעסטע פריינט
די מיניסטער מיטן גענגסטער
זיצן צוזאמען אין די הויכע פענסטער
אין איין סענדוויטש צוזאמענגעקוועטשט
האט מען עמיצן געקעטשט ביי א גניבה אדער א מעשה קעגן מאראל
מאכט מען א שטיקעלע סקאנדאל
נאכער מאכט מען א באל
עס טוט עפעס קאסטן
און ער באקומט נאך א העכערן פאסטן
ווייל דאס איז דער כלל
אן תורה איז אן מאראל

זיי מעגן זיין ווי געלערנט ווי שיין
איז עס א סכנה גיין מיט זיי אליין
אין וועג אדער אין טרעין
און אויב ער איז נאך א קאלעדזש פארשוין
(איז די סכנה נאך מיין (מער
זייערע צייטונגען זענען זיך שוין מודה אליין
ווי נידערטרעכטיג זיי זיינען און געמיין

און ווען עשיו האט געזען אז מיט כח וועט יעקב’ן גארנישט געשען
“וישקהו” מיט פינטאלאך – האט ער אים א קוש געגעבן
אריינגעבראכט דעם סענדוויטש סיסטעם אין אידישן לעבן
אבער יעקב אבינו האט שנעל געקניט אויף דער ערד
איידער זיין דיין חבר בעסער זיין דיין קנעכט
אבער זייער אסאך האבן עס פארשטאנען שלעכט
און זיך געלאזט ארייננארן אין סענדוויטש געפלעכט

און מיר וועלן מכבד זיין אונזער חשוב’ן ר’ גימפל’ן
ער זאל אונז פארציילן וויאזוי מען וועט אונז פארדעם צימבלן

(“דא זינגט ער דעם באוואוסטן ניגון “צימבלען)

א גרויסן יישר כח ר’ גימפל’ן
מען וועט אונז טאקע צימבלען טייערע פריינט
אבער מען וועט דארפן צימבלען דעם גלות אין וועלכע מיר לעבן היינט
אונזער גאסט רעדנער וועט אייך איבערגעבן
אז שולדיג אין אלץ איז נאר דער פינסטערער גלות אין וועלכע מיר לעבן

דריי גלות’ן האבן אידן אדורכגעמאכט
גלות מצרים אין אפריקע
גלות בבל אין אזיע
און גלות אדום האט מען אין יוראפ פארבראכט
און ווי חכמים זאגן די נצוצות ארויסגעבראכט
און פוסט געמאכט
און אמעריקע האט די גאנצע צייט געווארט
געענדיגט מיט יוראפ האט זי די טויערן אויפגעמאכט
און דאס איז דער לעצטער גלות פון דער פינסטערער נאכט
און ווען אין אלע גלות’ן זענען די אידן געווען פון די פעלקער אפגעשיידט
אין געטאס אונטער אן אייזערנעם פלויט
איז דער לעצטער גלות אלץ פארדרייט
אין איין קייט
אין איין סענדוויטש צוזאמען געשפרייט
און עס איז זייער שווער נישט ווערן אריינגעדרייט

ווילט איר פארן אין באס אדער אין טרעין
מוזט איר זיין גרייט אין א סענדוויטש צו שטיין
ווילט איר האבן א מאדערנע דירה אין אפארטמענט הויז אדער אין די פראדזשעקטס באקוועם
מוזט איר אריינפאלן אין סענדוויטש סיסטעם
פרייטאג צונאכטס ער נעמט זינגען זמירות
פארשידענע קולות פון אלע דירות
ער זינגט אתקינו סעודתא דמלכא קדישא
און רעכטס טעלעוויזשאן און לינקס זינגט א אשה

חתונות בר מצוות ביי די ערליכסטע אידן
שווער מאכן א סדר זיין אפגעהיטן
מען גייט צו די חופה מען קומט צוריק
צונויפגעמישט וואו מען גיבט א בליק
אויף יעדע חתונה כסדר
ברענגט דער בעל דבר א חצופה אין נישט אנשטענדיגע קליידער
און זי טוט זיך דרייען דוקא אינמיטן
און דוקא אינצווישן די ערליכע אידן
כדי דער סענדוויטש זאל זיין כהלכה
און ווייל זי איז א פריינט באקאנט מיט דער משפחה
קאנט איר פון איר ממש פטור נישט ווערן
און זי טוט די גאנצע שמחה צושטערן

און אויב די שמחה האט שוין א לייטישן פנים
חסיד’ישע רבי’ס אדער ליטווישע רבנים
דער חתן בלייבט אין כולל
משפחות יחסנים
גרויסע קנאים
טייערע עסקנים
רעדט איין דער בעל דבר די מחותנים
צו נעמען מוזישאן’ס וואס מער מאדערן
וואס ס’קומט נישט צו קדושה פון זיי זעהן און הערן
(און עס איז נישט קיין מצוה מיט געלט זיי אנצעהרן (ספוילען
ווייל אויבן אין הימל וויל מען נישט גערן
אראפלאזן שמחה דורך אזוינע רערן
ווייל שמחה של מצוה דארף מען אנדערש דערהערן
און אט אזא סענדוויטש קאן ח”ו די שמחה צושטערן
אבער וואס דארפן מיר וועגן דעם קלערן
פון אויבן טוט מען יעדעם באשערן
וואס צו אים טוט פאסן און געהערן

היינט טוט דעם עולם שטארק געפעלן
מאכן מלוה מלכה’ס אין ניו יארק’ע האטעלן
מאכט זיך א מלוה מלכה א שיינע ישיבה
רבנים ראש ישיבות א הייליגע סביבה
און די רייכע געלט געבער קומען כסדר
מיט טעכטער און שנור אין אזוינע קליידער
און מען מוז צו זיי שמייכלן חנפ’נען זיך בוקן
און ווילט איר נאך א הונדערטער? מוזט איר קוקן

א רעליגיעזע קאנווענשאן
א קנאות’דיגע דעמאנסטרעישאן
אויבן אן זיצן פארשטייער פון יעדע מין ארגאניזעישאן
נטורי קרתא אגודיסטן מזרחיסטן
און ווער ווייסט ווער זענען די זשורנאליסטן
דער בעל דבר טוט אומעטום זיינע פארשטייער באהאלטן
דער סענדוויטש סיסטעם זאל זיין אויסגעהאלטן

א ישיבה בחור שפאנט
מיט א סענדוויטש אונטערן האנט
צוזאמענגעקוועטשט אין איין שורה
צוויי קאלעדזש בוק’ס און אינמיטן להבדיל א משנה ברורה
קוקט אריין אין קאלעדזש אפיס און זעהט
צוויי גוטע פריינד זיצן און מען רעדט
א פראפעסאר אן אפיקורס מיט א בלויזן קאפ
און א ווייס גרויער עלטערער ראש ישיבה פון יוראפ
ביידע קאכן זיך אין איין טאפ

א כשר’ע האטעל אין די מאונטען
מיט א משגיח א באקאנטן
פון איין זייט א כשר’ע קיך פון די צווייטע א שול
און אינמיטן א געמישטע שווימינג פול
אין איין צימער לערנט מען דינים
אין די צווייטע געמישטע טענץ מכל המינים
און נאך הבדלה גייט מען זעהן א מחבל
ער ווייזט א שוי פון דור המבול