LYRIC

OIB NISHT KEIN EMUNAH- Avraham Fried- Traditional Tune- Ah Mechaye!

איי די כלי זמרים שפּילן אזוי פיין
אט האט איר א ניגון וואס פאנגט זיך אן מיט אן א און גייט דורך די גאנצע אלף-בית ביז ת
…אט ווי איר הערט, איר גלייבט מיר נישט? אט וועט איר הערן

אויב נישט קיין אמונה צוזאמען מיטן געלט
וואזשע ארבעטסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין בטחון צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע ברויכסטו די גאנצע וועלט

אויב נישט קיין גמילות חסדים צוזאמען מיטן געלט
וואזשע גייסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין דבקות צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע דארפסטו די גאנצע וועלט

אויב נישט קיין התלהבות צוזאמען מיטן געלט
וואזשע הארעוועסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין ווארעמקייט צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע ווילסטו אויף דער וועלט

אויב נישט קיין זכותים צוזאמען מיטן געלט
וואזשע זוכסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין חסידות צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע חאפּסטו די גאנצע וועלט

אויב נישט קיין טהרה צוזאמען מיטן געלט
וואזשע טויגסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין יראת שמים צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע יאגסטו זיך אויף דער וועלט

אויב נישט קיין כיבוד אב ואם צוזאמען מיטן געלט
וואס איז דער כבוד אויף דער וועלט
אויב נישט קיין לימוד התורה צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע לויפסטו אויף דער וועלט

…יא, מ׳לויפט… אוי, מ׳לויפט און מ׳יאגט זיך אהין און אהער טאג און נאכט אהין און צוריק
?אוודאי איז וויכטיג די פאר גראשן, אבער אידעלאך, ווילט איר זיין גליקליך
!כאפטס אריין נאך א מצוה

אויב נישט קיין מצוות צוזאמען מיטן געלט
וואזשע מאטערסטו זיך אויף דער וועלט
אויב נישט קיין נדבות צוזאמען מיטן געלט
?וואזשע נארסטו די גאנצע וועלט, הע

אויב נישט קיין סדר פּסח צוזאמען מיטן געלט
וואזשע סאפּעסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין ענוות צוזאמען מיטן געלט
.וואס וועסטו ענטפערן אויף יענער וועלט

אויב נישט קיין פּדיון שבויים צוזאמען מיטן געלט
וואזשע פּלאגסטו זיך אויף דער וועלט
אויב נישט קיין צדקה צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע צורייסטו די גאנצע וועלט

אויב נישט קיין קדושה צוזאמען מיטן געלט
וואזשע קויפסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין רחמנות צוזאמען מיטן געלט
.וואזשע רעש׳טו די גאנצע וועלט

אויב נישט קיין שבּת קודש צוזאמען מיטן געלט
וואזשע שרייסטו אויף דער וועלט
אויב נישט קיין תּורה, תּשובה, תּפלה צוזאמען מיטן געלט
.וואס איז דער תּכלית אויף דער וועלט