LYRIC

NOCH A SHUH- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

,און אן הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר’ לייזער
.טאג און נאכט א דיימאנד האלט ער און ער מאכט א כתר

,וועמען איז דער קרוין דער שיינער גאר אן א חסרון
.פאר’ן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן

,אוי, אך ווי טייער אין לשער ס’קומען גוטע יארן
.נאך א יאר נאך א יאר און ער קומט צו פארן

,אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר’ גד’ל
.טאג און נאכט א בגד האלט ער און ער דרייט א נאדל

,וועמען איז דער שיינער בגד גאר אן א חסרון
.פארן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן

,אוי, אך ווי טייער אין לשער ס’קומען גוטע יארן
.נאך א וואך נאך נאך א וואך און ער קומט צו פארן

,אין א הייזל אין אן אלטער זיצט א איד ר’ מיכל
.טאג און נאכט א טייגל האלט ער און ער באקט א קיכל

,וועמען איז דער שיינער קיכל, גאר אן א חסרון
.פאר’ן מלך המשיח באלד קומט ער צו פארן

,אוי, אך ווי טייער אין לשער ס’קומען גוטע יארן
.נאך א טאג נאך א טאג און ער קומט צו פארן

,אין אן הייזל אין אן אלטער זיצט א בחור נטע
.טאג און נאכט א ספר האלט ער און לערנט מיט התמדה

,יעדע רגע קומט משיח ער וועט פרעגן נעמען
.וועט מען וויסן וואס צו זאגן און זיך נישט פארשעמען

,אוי, אך ווי טייער אין לשער ס’קומען גוטע יארן
.נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארן

.נאך א שעה נאך א שעה און ער קומט צו פארין