LYRIC

NIGUN HAREBBI/REBBI’S NIGUN- Mordechai Ben David- Nigun Composed by Ribnitzer Rebbe ZT”L, Additional Parts by Mona Rosenblum, Lyrics by Ribbnitzer Rebbetzin A”H- Ein Od Milvado

אוי רבי, מיין הארץ עס צוגייט
,מיין נשמה, אוי ס׳בענקט אוי ס׳שרייט
צו זעהן נאכאמאל, דאס לעכטיקייט, דער שמייכל, דער חן
.איך דערמאן זיך פיל זכרונות, און איך וויין
א פלא הדר, א חידוש גאר געווען
,פין איין עק וועלט ביז׳ן צווייטן אלעס געזעהן
אזא טהרה, די תעניתים, אזא עבודה ביי חצות
א יעדער ריר פארן באשעפער, א יעדער אות

רבי אוי דער צער
,דאס בענקשאפט ממש אין לשער
פאר יתומ׳ט אין אליין
,וואס נאר דער רבי קען פארשטיין
ס׳איז א נחמה פאר מיין נשמה
,דעם רבין׳ס ניגון זינג איך היינט
מיט דביקות צים באשעפער האט ער זיך שטארק צווויינט

(רבי׳ס ניגון)

דארט אין רוסלאנד, פאר א יעדע מצוה דאס לעבן איינגעשטעלט
,א בעל מופת, געפויעלט ישועות פאר דער גאנצער וועלט
דער צדיק האט נאר ארויסגעזאגט, ער האט גוזר געווען
.יעדע׳ס ווארט אט אזוי איז טאקע געשעהן
?רבי זיצט מען אויך דארט אין הימל מיט אש אין זאק
?רבי ברעכט מען אויך דארט אייז מין א גרויסן האק
אדער אפשר גאר, נאל אזוי פיל יאר, פיל טייכען טרערען געוויינט
האט מען שוין געפוילט פאר די שכינה אליין

צדיקים שטייען גרייט
,ס׳איז דאך שוין די העכסטע צייט
מ׳בעט – למענך עשה
,געוואלד געשריגען עד מתי
ביים כסה הכבוד, מיט׳ן מלך דוד
,אט קימט שוין די בשורה
מיט די אבות הקדושים, דייט דער רבי זינגען שירה

(רבי׳ס ניגון)

ס׳איז אמת אין קלאר
,נאך שנעלער ווי אן אויגן בליק
מיט משיח, געשווינד
,קומט דער רבי שוין צוריק
אויפ׳ן הר הזיתים, בתחיית המתים
,מיט גאנץ כלל ישראל
וועלען מיר זיך טרעפען מיט׳ן הייליגען צדיק
נאכאמאל