LYRIC

MUNKATCH- Shimmy Engel- Composed Hershy Weinberger- Sheinis

VERSE 1:
אין א שטעטעלע א קליינע אמאל געזען מ׳האט
,אידעלעך וואס שטרעבן, לעבן, אטעמען ג-ט
גארנישט פארמאגט-מען, דאגות טראגט-מען, קיינמאל ניין
.מיט תמימות פארלאזט זיך נאר אויף אים דער איין

א משפחה, א געזינדל
,א קיעלע, א הינדל, פארמאגט ר’ שמואל
פון דעם ציהט ער חיונה, לעבט נאר מיט אמונה, און ביטחון פיל
טעגליך מאכט ער זעכע, ר גלוסט צו לעבן העכער, אלעס נאר איין זאך
.דעם בורא צו שאפן א נחת רוח

חן פון די אויגן האט געפלאסן
,יראת ה׳ אויף די פנימ׳ער אויסגעגאסן
קיין סך פארשטייט ער
דאך נאכגייט ער
.דעם אויסגעטרעטענעם וועג

ווען די מילך צו די קונים ער אפטראג׳ט
,תהלים, משניות, מיט כונה זאגט
א פארצייטיש אידל
אט די לידל
.זינגען אלס ער פלעגט

CHORUS 1:
וואס מ׳האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל
,די שמחה, די אמונה, איי ווי שיין
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל
.אזא רבי שמואל איז געווען
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן
,יעדער אויף זיין אייגענע פארנעם
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן
.’דעם רצון ה

עבדו עבדו, עבדו עבדו, את ה׳ בשמחה
,עבדו עבדו, עבדו עבדו, את ה׳ בשמחה
בואו לפניו, ברננה
.בואו לפניו, ברננה

VERSE 2:
די מאמע געזעגנט איר קינד מיט א ברכה
,שרוליק, אין ישיבה דו גייסט
לאזט איבער די עלטערן, די שטוב, די משפחה
מיט א תכלית ווייל דו ווייסט
מ’דארף לערנען פלייסיג, אין תורה שטייגן
…וואקסן מער און מער
.בלייב׳זשע מיר געטריי, פאלט א מאמענ׳ס טרער

מיט די גמרא אין די זייט, א צעריסענע חאלאט, קומט ער אן פון וועג
,כסדר דארף מען זארגן, וואו היינט וואו מארגן, וועט מען עסן טעג
שעות לאנג, אויף דעם הארטן באנק, אין א קשיא ער איז פארטיפט
.אליין, צו פארשטיין, און דערגיין, א סברא פרואווט

מיט אן ארעמע זופ איז ער זיך מחיה
,אבער רייך אין די תורה ער איז זיך מייגע
ביינאכט טונקל
ער האט זיך זיין ווינקל
.דאס ליכטל ברענט און צאנקעט

סוף זמן ס׳איז צייט אהיימצוגיין
,די מאמע ביים שוועל פון טיר דארט טוט זי שטיין
מיט טרערן הייסע
מיין קינד, חיילך לאורייתא
.פון נחת זינגט מיט געזאנג

CHORUS 2:
וואס מ׳האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל
,די שמחה, די אמונה, איי ווי שיין
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל
.אזא רבי שמואל איז געווען
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן
,יעדער אויף זיין אייגענע פארנעם
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן
.’דעם רצון ה

טוב לי טוב לי תורת פיך
,מאלפי זהב וכסף
טוב לי טוב לי תורת פיך
.מאלפי זהב וכסף

VERSE 3:
זיצט ביים טיש דער רבי מיט חסידים, איי, איי, איי
,דברי תורה מיט התלהבות לערנט ער מיט זיי
שטייט א חסיד׳ל מיט זיין קוויטל אין די לאנגע רייע
.להתברך מיט בני חיי מזוני

רבי אפרים, כאפט שיריים, און ער וואונטש לחיים, אויף לאנגע יארן
,די שמחה אן א עק איז, ווייל לאנגע שטרעקעס, געקומען צו פארן
די היים איבערלאזט, אבער ווערט יעדע קאסט, צו האבן די זכיה
.דער צדיק זאל אים זיין משפיע

קיין פרוטה אחת האט ער צום נשמה
,אבער לויטער חסידות דאס איז זיין נחמה
קוקט נישט אויף גארנישט
פארפאסן מ׳טאר נישט
.אויף יום טוב צום צדיק מ׳קומט

דאס ביסל ווייל׳ן דערהייבט אים דאס גאנצע יאר
,אין ספרי חסידות אויסגעקאכ׳ט און קלאר
אין די שנייען און רעגן
קלעטער׳ט די וועגן
.און אט די ניגונד׳ל ער ברומט

CHORUS 3:
וואס מ׳האט אמאל געהאט וועט מער זיין קיינמאל
,די שמחה, די אמונה, איי ווי שיין
געדענקען דארפן מיר אבער אז איינמאל
.אזא רבי שמואל איז געווען
און פרובירן דארף מען זיי נאר נאכצומאכן
,יעדער אויף זיין אייגענע פארנעם
נאר צו טון גוטע ערליכע זאכן
.’דעם רצון ה

ימים על ימי מלך תוסיף
,שנותיו כמו דור ודור
ימים על ימי מלך תוסיף
.שנותיו כמו דור ודור