LYRIC

MOSHIACH KUMT TZI FUREN- Mordechai Ben David- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- I’ve Waited & Waited

ווער קלאפט עס אין די שויבען
צוויי שיינע ווייסע טויבען
זיי קומען הערשט פון אויבען
.און גוטע נייעס מ’האט
ס’אוועק די שלעכטע יאהרן
ס’איז אראפ דער צארען
משיח קומט צו פארען
.ער איז דא אונטערן שטאט

דער שוסטער מיט זיין שיכ’ל
דער בעקער מיט זיין קיכ’ל
,וועט רוהיג זיצען ווען דאס וועט געשען
דער טרעגער מיט זיין פעקעל
דער סטאלער מיט זיין העקעל
.דער סוחר האנדעלט ווי גארנישט גיווען

,אוי אוי, אוי אוי אוי
עפעס טיט זיך הערען
מ’קען עס נישט ערקלערען
,און פארציטערט ווערען אלע מיט אמאל
א קול שרייט אהן א אויפהער
מענדעלע דער סופר
דאגט דאס איז דער שופר
.ער דערקענט דאס קול

ובא לציון גואל
יעדער ווערט נתפעל
,דער רבי הייסט זיך גרייטען באלד אין וועג
אבער זיך נישט יאגען
וואס מ’טיט פארמאגען
.וואס ס’איז נייטיג איינפאקען אין פעק

די ערשטע זאך אצינדער
וואס מ’דארף געשווינדער
צאמקלויבען די קינדער
,אלע ביי די טיר
און מ’פאקט כסדר
אביסעל וועש מיט קליידער
אויך נעמט מיט איעדער
.אביסעלע געשיר

דער טאטע פאקט דעם טלית
די מאמע פאקט די חלות
,די קינדער אלע שפילצייג מיט’ן בער
ס’טיט אביסעל רעגען
אזא גרויס פארמעגען
.לאזען פאר די גוים אוי ס’יז שווער

,אוי אוי, אוי אוי אוי
דער רבי לויפט אנטקעגען
אין האנט האט ער דעם שטעקען
און זיין גאנץ פארמעגען
,דעם טלית זעקעל נאר
עס ליגען דארט די תפילין
דער סידור מיט’ן תהילים
די טאבאק מיט די ברילען
.דאס איז אלעס גאר

ובא לציון גואל
קיין ארץ ישראל
,משיח קומט שוין לאמיר אלע גיין
דאס הייליג לאנד באפרייען
און דעם בונד באנייען
,א נייא לעבען אוי ווי פיין ווי שיין
אוי כשנים קדמוניות
אוי כשנים קדמוניות