LYRIC

MOSHE RABBEINU- Lipa Schmeltzer- Composed By Mona Rosenblum, Lyrics By Lipa Schmeltzer- Mona 4

אינמיטן פילע עבודה קשה
האט זיך באקלערט דער פרעה רשע
מ’דארף די יודען זינקען
און דערטרינקען
אין דעם טייך אריין
ווייל א נביאות פון די שטערן
ס’דראף א קינד געבוירן ווערן
ער וועט אונז פירען וויזן
און אויסלייזן
.יודען פון דעם פיין

געוון א קינד אויפגעפאסטן
מ’האט אים באהאלטן אין א קאסטן
מיט פעך און ליים פארשמירן
זיך נישט פרירן
נאס ווערן פון קעלט
ווען פרעה’ס בתיה וויל גיין שווימען
האט זי גאר לאנגר הענט באקומען
זיך נישט געדרפט אנשטרענגען
אים צוברענגען
לייכטן אויף דער וועלט
און פון דעם קליינעם קאסטן-האט געשיינט
אין אורה, מורא, סחורה, תורה
וואס נאך נישט געזען קיינמאל
זאגן די שטערן זעהר נאכאנאנד
דער קליינער, פיינער, שיינער, ריינער
.וועט באלייכטן כלל ישראל

די מצרים מיט די וואפן
די יודען נאכגעלאפן
ביז מ’האט געטראפן
משה רבינו
ער טוט די יודען וועקן
מען טאר זיך נישט דערשרעקן
פון שלענגער ווערט א שטעקן
וויזט משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

פרעה די יודען שאדט ער
ער ווערט אבער נישט פטור
מיר האבן דאך א פאטער
,שיקט משה רבינו
אזעלעכע צעקות
פרעה מיט די מכות
יודען ווי געשמאק איז
דורך משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

רבנו אונזער פאסטאך
שוין צוריק קומען די דארפסט דאך
דער רועה צאן
ווי בסטו שוין
אט אט הינה זה בא
די וועס אונד מיט אמונה האלטן
פונקט ווי געווען ביים ים סוף שפאלטן
געזען דיין צורה
געזינגען שירה
.כי גאה גאה

זה קולי ואנוהו
שטייען, רייען, און זיי שרייען
פונקט ווי דאן אויך היינט-ווי ניי
אלוקי אבי וארוממנהו
אין אורה, מורא, תורה, סחורה
.פונקט ווי דאן ביים בארג סיני

ס’איז יעדער ביכולות
רואים את הקולות
יודעלעך ווי וואויל איז
מיט משה רבינו
אן ערליכע הכנה
אן העכערע כוונה
די תורה די מתנה
דורך משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

מיר ווארטן דאך כסדר
טויזענט יארן ליידער
ווי איז שוין די חדר
פון משה רבינו
מער נישט דא קיין קלעמען
אלעס אוועק נעמען
משה עבד נאמן
ווי איז משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

בקרוב וועט מען שוין דערלעבן
אן אורה, תורה, מער נישט מורא
פון דעם עול הגלות דא
און משה וועט א שיעור אונז געבן
תורה, סחורה, אויך דער בורא
לערנט אויך די שיעור שעה נאך שעה
ס’איז קיינער נישט מגושם
לעכטיגע פירושים
דערהויבענע חידושים
זאגט משה רבינו
און יעדער מי שטרח
גמרא שולחן ערוך
יבוא ויתברך
בענטשט משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

אזוי הערליך ווי איז דאס
אונזערע עתידות
אלעס איין חסידות
איין רבי-רבינו
פירן טיש ברינה
אויבן אהן די שכינה
יעדער מיט אמונה
גלייבט משה רבינו
-ויאמינו בה’ ובמשה עבדו

ישמח משה במתנת חלקו
כי עבד נאמן קראת לו
כליל תיפארת בראשו נתת לו
.בעומדו לפניך על הר סיני