LYRIC

MIZMOR LEDOVID AVI- Mordechai Ben David- Composed By Yitzchok Fuchs, Lyrics By Lipa Schmeltzer- Tzeaka

VERSE 1:
דאס הארץ ווערט מיר ענג
ווי איך גיי, דיין זכרונות מיר ברענגט
מאמענטן פון בענקשאפט
.עס קלונגט מיר און די אויערן
פון דאנסמאל אלץ קינד
דיינע לידער פארשפרייט ווי א ווינט
געזינגען ביים שבת׳דיגן טיש
.אין פיל אידישע טויערן

CHORUS 1:
מיינע אויגן עס ציען צו דיר
און די טרערן זיי פליסן פון מיר
ווען איך הער ווי מען זינגט לא תבושי
.און דיין אני מאמין
דער אמרי אמת ער דרייט זיך ארום
זעהן דאס קינד מיט דעם הערליכע שטים
צום רבי׳ן באהאפטן פון דאן
.די הייליגע מסורה

VERSE 2:
ווער קען באגרייפן דעם טייטש
ווען דער טאטע האט געהערט פונעם דייטש
נא זינג יעצט דאס ליד וועלכעס מען זינגט
.נאר און בית החיים
דערציטערט זיין שטימע דערשטיקט
ווי מען שיסט דארט צוויי הונדערט און זיבעציג
הייליגע נשמות פארציקט
.קל מלא שרייען

CHORUS 2:
דיין אמונה איז שווער צו פארשטיין
און די פינצטערע נעכט דארט אליין
געזינגען און לאגער ביינאכט
.פאר אלע צוזאמען
אוי טאטע און עולם הבא
ביזט נהנה מזיו השכינה
זעה ווי מיר גייען דיר נאך
.דיינע ערליכע דורות

VERSE 3:
און לאגער נאך פארן עלות
מודה אני געזאגט קוים ארויס
שרייט מען אויס ״לעבעדיג״
.צו זעהן ווער עס איז נאך בחיים
אויך ביי שינדלער אויפן ליסט
און אכט לאגערן וויסט און פוסט
נישט קיין קידוש, קיין פיש נישט קיין ברויט
.נאך אלעס מיט א שמייכל

CHORUS 3:
תהלה לדוד אבי
דאס לעכטעלע לייכט און העלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זעהן
.בלב שבמוחי
עם שאר צדיקי עולם
דיינע קינדער וכל אשר בם
זעה איך דיך זינגען פאר אונז
.און פאר קודשא ברוך הוא

-INTERLUDE-

CHORUS 4:
מזמור לדוד אבי
דאס לעכטעלע שיינט און העלפט צו
אז דיין צורה זאל איך היינט נאך זעהן
.בלב שבמוחי
עם שאר צדיקי עולם
דיינע קינדער וכל אשר בם
זעה איך דיך זינגען פאר אונז
.און פאר קודשא ברוך הוא

טאטע
אוי טאטע
…מיר בענקן נאך דיר
.מזמור לדוד אבי