LYRIC

MEINE TEFILLIN- Avraham Fried- Composed By Lipa Schmeltzer, Lyrics By Lipa & Avraham Fried- Ah Mechaye!

קומט מיט מיר ליבע פריינט
לאמיר קיין בארדיטשוב גיין
די תורה ווי די זון דארט שיינט
דורכגעווייקט מיט חסידות איז אויך יעדער שטיין
די געסעלאך, ווי ברעקעלאך
מיט אידן פול
די נשמה ציט, פון יעדן איד
.צום הייליגן בארדיטשובער׳ס שול

דער שוסטער, דער וועקער
דער שניידער, דער בעקער
יעדער מיט זיינע כוונות
מיט א שמייכל אויפן פּנים
י״א סממנים
זאגט זיך ר זאנוויל קרבנות
ר׳ מענדל, א מקוה׳לע
ר׳ הענדל, א משנה׳לע
דער דיין ער טרינקט זיך א קאווע
ר׳ איסר איז נזהר
ער דאווענט נישט ביז ער
.גיט צדקה מיט התלהבות

אין א ווינקל שטילערהייט
דארט גרייט זיך ר׳ יהושע׳לע
צו מאכן די ברכה להניח תפילין
מיט פרייד ער דרייט
אויפן האנט די רצועה׳לע
און מאכט די ברכה מיט הייליגע געפילן
ער לייגט שוין דעם של ראש אויפן קאפּ
אוי וויי
ווען פּלוצלינג אויף דער ערד עס פאלט אראפּ
.גיט ער א געשריי

מיינע תפילין מיינע תפילין
אויף דער ערד איז נישט דיין ארט
ער קען זיין געוויין נישט איינשטילן
.ער קען נישט רעדן קיין ווארט

מיין קרוין, מיין קרוין
איך הייב דיר אויף שוין
זאגט ער, תפילין׳יו
דו וועסט מער נישט פאלן
דו וועסט מער נישט פאלן
.ניין, איך זאג דיר צו

דער הייליגער בארדיטשובער, דער מליץ יושר
צום ארון הקדש שנעל מארשירט
ס׳האט זיך געמאכט א שעת הקושר
דער איד מיט זיינע תחנונים האט אים שטארק גערירט
מיט אלע כוחות
כאפּט ער אן דעם פּרוכת
און די הימלען אזוי ער שפּאלט
אוי טאטע אין הימל
האב נישט קיין פאראיבל
.וואס איך מאך אזא געוואלד

געוואלד געוואלד
מיר ווייסן דאך טאטע
אז דו האסט אויכעט תפלין
און דאס זענען דיינע אידישע קינדערלאך
אוי דערבארימדיגער פאטער
ווי קענסטו זיין שטיל
אוי, ווי קענסטו זיין שטיל
.בשעת אז דיינע תפילין, נעבעך, כסדר פאלט

דו האסט געזען ביי דעם איד ווי שארק עס טוט אים וויי
מיט הארץ עס גיסט זיך פון עם הייסע טרערן
פון דיינע תפילין הער שוין אויך דעם געשריי
דיין בריליאנט זאל שוין דערהויבן ווערן
דיינע תפילין זאלן מער נישט זיין צו שפּאס
.ווייל טאטע, ס׳איז גאר א שאלה פון היסח הדעת

גערעכט
מיינע תפילין, מיינע תפילין
ווי טייער ביסטו ביי מיר
באלד וועט דער גאנצער וועלט פילן
.דעם קשר פון מיר צו דיר

מיין קרוין, מיין קרוין
איך הייב דיר אויף שוין
איך האב דיר ליב, תפילין׳יו
דו וועסט מער נישט פאלן
דו וועסט מער נישט פאלן
.מיין קינד, איך זאג דיר צו

מיינע תפילין, מיינע תפילין
ווי טייער ביסטו ביי מיר
באלד וועט דער גאנצער וועלט פילן
.דעם קשר פון מיר צו דיר

מיין קרוין, מיין קרוין
איך הייב דיר אויף שוין
איך האב דיר ליב, תפילין׳יו
דו וועסט מער נישט פאלן
דו וועסט מער נישט פאלן
.מיין קינד, איך זאג דיר צו