LYRIC

MEIN TATEN’S KIND- Sung & Composed by Avraham Fried- Ah Mechaye!

(AD LIB:)
,אַיי, דוּ יֵצֶר הָרָע
אוֹי בִּיסְט דוּ אַ פאַךְ-מאַן
,פוּן דעֶר עֶרְשְׁטעֶר קְלאַס
דוּ קעֶנְסְט פאַרְדְרֵייעֶן דעֶם קאָפּ
.אוּן דעֶם שֵׂכֶל, אֲפִלּוּ פוּן אַ בַּר דַּעַת
,”מעֶן רוּפְט דִיר טאַקעֶ “מֶלֶךְ
.”בִּיסְט אָבּעֶר אַ נאַר, אַן אַלְטעֶר “כְּסִיל
,לאָמִיר דִיר זאָגְן, יֵצֶרְ’ל, דעֶם אֱמֶת
דעֶם אֱמֶת
.דעֶם אֱמֶת וואָס אִיךְ פִיל

(SOFT OOMPAH- Tempo 73:)
CHORUS 1:
,אִיךְ בִּין נִישְׁט דַיינעֶר
,נֵיין, נֵיין, נֵיין
.אִיךְ וִויל אִין דַיינעֶ דְּרָכִים אֲפִלּוּ נִישְׁט גֵיין
,אֲפִלּוּ וועֶן אִיךְ פאַל, אוּן אוֹיךְ בִּשְׁעַת’ן זִינְד
,בִּין אִיךְ אַלעֶמאָל, אַלעֶמאָל
!אַלעֶמאָל מַיין טאַטעֶנְ’ס אַ קִינְד
,אִיךְ בִּין זַיינעֶר
.זַיינעֶר אוּן נִישְׁט דַיינעֶר
,אֵיין בּאַשׁעֶפעֶר אִין הִימְל אִיז דָא
.אִיךְ בִּין זַיינעֶר, יאָ, יאָ, יאָ

(AD LIB:)
,אַיי, דוּ יֵצֶר הָרָע
וואוּ אִיךְ גֵיי, וואוּ אִיךְ שְׁטֵיי
,הָאבּ אִיךְ פוּן דִיר צָרוֹת
.תַּאֲווֹת, נִסְיוֹנוֹת, רְכִילוּת אוּן מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת
,דוּ כאַפְּסְט מִיר אִין דַיין פּוּסְטְן קְלעֶם
,זָאגְט טאַקעֶ דִי תּוֹרָה אַ סְבָרָא
?”מַה יַּעֲשֶׂה הַבֵּן”
,וִויל אִיךְ דִיר זאָגְן, יֵצֶרְ’ל, הוֹיךְ אוֹיפְ’ן קוֹל
.נָאךְ אַמאָל אוּן נָאךְ אַמאָל

(SOFT OOMPAH- Tempo 73:)
CHORUS 1:
,אִיךְ בִּין נִישְׁט דַיינעֶר
,נֵיין, נֵיין, נֵיין
.אִיךְ וִויל אִין דַיינעֶ דְּרָכִים אֲפִלּוּ נִישְׁט גֵיין
,אֲפִלּוּ וועֶן אִיךְ פאַל, אוּן אוֹיךְ בִּשְׁעַת’ן זִינְד
,בִּין אִיךְ אַלעֶמאָל, אַלעֶמאָל
!אַלעֶמאָל מַיין טאַטעֶנְ’ס אַ קִינְד
,אִיךְ בִּין זַיינעֶר
.זַיינעֶר אוּן נִישְׁט דַיינעֶר
,אֵיין בּאַשׁעֶפעֶר אִין הִימְל אִיז דָא
.אִיךְ בִּין זַיינעֶר, יאָ, יאָ, יאָ

(AD LIB:)
אַיי, אַיי דוּ יֵצֶר הָרַע
,גְלַייךְ בַּיי הַתְחָלַת הַבְּרִיאָה
,וועֶן דִי וועֶלְט אִיז געֶוועֶן נאָךְ יוּנְג
,האָסְטוּ שׁוֹין געֶמאַכְט אַ חֻרְבָּן
.מִיט דַיין שׁאַרְפְן צוּנְג

,אָדָם אוּן חַוָּה זֵיי בֵּיידְן
.פאַרְטְרִיבְּן פוּן גַּן עֵדֶן
,אַזוֹי צִיהְט זִיךְ עֶס שׁוֹין טוֹיזְנְטעֶר יָאר
,דוּ נעֶמְסְט גאָרְנִישְׁט קֵיין וואַקֵיישְׁן
.דוּ וועֶרְסְט שְׁטאַרְקעֶר גאָר

,אָבּעֶר בּאַלְד בּאַלְד בּאַלְד בּאַלְד, יֵצֶרְ’ל
וועֶט מְקֻיָּם וועֶרְן וואָס עֶס שְׁטֵייט
.אִין דעֶם סֵפֶרְ’ל
עָתִיד הַקָּבָּ”ה”, עֶר וועֶט נעֶמעֶן”
,דעֶם מעֶסעֶר, דעֶם שׁאַרְפְן
.עֶר וועֶט דִיר שׁוֹין מעֶר נִישְׁט דאַרְפְן
,”וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר”
.סְ’וועֶט נִישְׁט בְּלַייבְּן קֵיין זֵכֶר פוּן דִיר
,אָבּעֶר פאַר דוּ גֵייסְט, יאָ, פאַר דוּ גֵייסְט
,וִויל אִיךְ יֵצֶרְ’ל, זֶעהְן אוּן מאַכְן קְלאָר
.אַז דוּ פאַרְשְׁטֵייסְט

CHORUS 3:
(SOFT OOMPAH- Tempo 73:)

,אִיךְ בִּין קֵיינְמאָל נִישְׁט געֶוועֶן דַיינעֶר
,נֵיין, נֵיין, נֵיין
כְ’האָבּ אִין דַיינֶע דְּרָכִים קֵיינְמאָל
.נִישְׁט געֶוואָלְט גֵיין
,אֲפִלּוּ וועֶן אִיךְ בִּין געֶפאַלְן
,אוֹיךְ בִּשְׁעַת’ן זִינְד
,בִּין אִיךְ אַלעֶמאָל
,אַלעֶמאָל אַלעֶמאָל געֶוועֶן
!מַיין טאַטעֶנְ’ס אַ קִינְד
,אִיךְ בִּין זַיינעֶר
!זַיינעֶר אוּן נִישְׁט דַיינעֶר
,אֵיין בּאַשׁעֶפעֶר אִין הִימְל אִיז דָא
!אִיךְ בִּין זַיינעֶר, יאָ יאָ יאָ