LYRIC

MEIN TATEN’S KIND- Sung & Composed By Avraham Fried- Ah Mechaye!

(AD LIB:)
איי דו יצר הרע
איי ביסטו א פאכמאן פון דער ערשטער קלאס
דו קענסט פארדרייען דעם קאפ און דעם שכל אפילו פון א בר דעת
מען רופט דיר טאקע מלך ביסט אבער א נאר אן אלטער כסיל
לאמיר דיר זאגן, יצר הרע, דעם אמת
.דעם אמת, דעם אמת וואס איך פיל

(BALLAD:)
איך בין נישט דיינער, ניין ניין ניין
כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין
אפילו ווען איך פאל און אויך בשעת׳ן זינד
בין איך אלעמאל אלעמאל אלעמאל מיין טאטענ׳ס א קינד
איך בין זיינער
זיינער און נישט דיינער
איין באשעפער אין הימל איז דא
.איך בין זיינער יא יא יא

(AD LIB:)
איי דו יצר הרע
וואו איך גיי, וואו איך שטיי
האב איך פון דיר צרות
תאוות, נסיונות, רכילות און מחשבות זרות
דו כאפסט מיר אין דיין פוסטן קלעם
זאגט טאקע די תורה א סברא
מה יעשה הבן
וויל איך דיר זאגן, יצר׳ל הויך אויפ׳ן קול
.נאכאמאל און נאכאמאל

איך בין נישט דיינער, ניין ניין ניין
כ׳וויל אין דיינע דרכים אפילו נישט גיין
אפילו ווען איך פאל און אויך בשעת׳ן זינד
בין איך אלעמאל אלעמאל אלעמאל מיין טאטענ׳ס א קינד
איך בין זיינער
זיינער און נישט דיינער
איין באשעפער אין הימל איז דא
.איך בין זיינער יא יא יא

(AD LIB:)
איי דו יצר הרע
גלייך ביי התחלת הבריאה
ווען די וועלט איז געווען נאך יונג
האסטו שוין געמאכט א חורבן
.מיט דיין שארפן צונג

אדם און חוה זיי ביידן
פארטריבן פון גן עדן
און אזוי ציט זיך עס שוין טויזענטער יאר
דו נעמסט גארנישט קיין וואקיישן
.דו ווערסט שטערקער גאר

אבער באלד באלד באלד באלד, יצר׳ל
וועט מקים ווערן וואס עס שטייט אין דעם ספר׳ל
עתיד הקב״ה, ער וועט נעמען דעם מעסער דעם שארפן
ער וועט דיר שוין מער נישט דארפן
ואת רוח הטמאה אעביר
ס׳וועט נישט בלייבן קיין זכר פון דיר
פאר דו גייסט, יא, פאר דו גייסט
.וויל איך, יצר׳ל, זען און מאכן קלאר אז דו פארשטייסט

(BALLAD:)
איך בין קיינמאל נישט געווען דיינער
ניין ניין ניין
כ׳האב אין דיינע דרכים קיינמאל נישט געוואלט גיין
אפילו ווען איך בין געפאלן, אויך בשעת׳ן זינד
בין איך אלעמאל, אלעמאל, אלעמאל געווען מיין טאטענ׳ס א קינד
איך בין זיינער
זיינער און נישט דיינער
איין באשעפער אין הימל איז דא
.איך בין זיינער, יא, יא, יא