LYRIC

MAMA ROCHEL- Sung & Composed By Mordechai Ben David- The Double Album

VERSE 1:
פארענדיג אהיים מיט א משפחה גרויס
יעקב מיט די שבטים אויסגעשטעלט
קוים לעבעדיג פון עשו און פון לבן’ס הויז
.די שענסטע משפחה אויף דער וועלט

ביימעל? אויפן וועג אונטער א גרויסן שטיין
באהאלטען מאמע רחל דארט אליין
אירע קינדער פול מיט צרות
קומען קלייין אין גרויס
.ביי א מאמע פועל’ט מען שנעלער אויס

CHORUS:
קינדערלעך אייערע תפילות טוען דערגרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
.אייער אמונה און בטחון מלא חן
אין יעדע אידישע קינד וועט שיינען ווי די זון
און בית המקדש בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין, ס’איז לטובה אלץ געווען
.ושבו בנים לגבולם

VERSE 2:
מאמע מאמע בעט פאר אונז רחמנות שוין
מ’האט דאך דיר געשוואוירן אויף דעם
יש שכר לפעולתך, דאס איז דיין באלוין
.פארגעס נישט הר ציון ששמם

א סוף שוין צו דעם גלות אוי דעם ביטערן
משיח שטיייט און וויינט דאך ביי די טיר
פון צער און גרויסע בענקשאפט טוט ער ציטערן
.מאמע וויפיל איז דער שיעור

CHORUS:
קינדערלעך אייערע תפילות טוען דערגרייכן
זאגט זי אונז די מאמע אליין
די טרערן ווי בריליאנטן אלע לייכטען
.אייער אמונה און בטחון מלא חן
אין יעדער אידישער קינד וועט שיינען ווי די זון
מיט די שכינה הקדושה בשמחת עולם
הערשט דאן וועט איר פארשטיין, ס’איז לטובה אלץ געווען
.ושבו בנים לגבולם