LYRIC

MACHNISEI DIMAH- Abish Brodt- Composed By R’ Chaim Banet, Lyrics By Yonasan Schwartz- Machnisei Dimah

מכניסי רחמים, אויף אידישע קינדער קוקטס ארום
פאר כלל ישראל טוטס אייך אנשטרענגען
מכניסי דמעה, הערטס אויס אונזער תפלה
.צום כסא הכבוד טוטס עס צוברענגען

מכניסי דמעה, מיר ווייסן דאס
אז אויבן אין הימל איז דא א גלאז
וואס גייט אריין נאר א געוויסע מאס
עס האלט זיך אין איין פארמערן
פול מיט אידישע טרערן
.און ווען עס איז פול וועט מען אויסגעלייזט ווערן

?מיר זענען נאכנישט אויסגעלייזט – פארוואס
?מכניסי דמעה ווי טיף איז שוין דאס גלאז
מרן די בשמיא לך מתחננן
?האבן מיר דען נאכנישט גענוג געטאן וויינען

עס האט זיך געגאסן טרערן אן א צאל
“ווען מיליאנען אידן האבן געשריגן “שמע ישראל
ביי די מלחמה יארן בימים ההם
.ומסרו נפשם על קדושת השם

און טאמער עס איז נישט גענוג די טרערן פון זיי
?וויפיל וויינען רפאנו ה’ ונרפא
עס ווערט דאך אינגאנצן צוריסן די הרגשים
.ווען יונגע יתומים זאגן קדישים

?אוי טאטע טאטע וויפיל איז דער גבול
?ווי אזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול
נישט פאר אונזער כבוד טו עס
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
.ותוליכנו קוממיות
(x2)

מכניסי דמעה, בעטן איך וויל
אויב דאס גלעזל איז נאכנישט פול
בעטן מיר אן א קצבה
דאס גלעזל זאל אנגעפולט ווערן
נאר מיט אזעלכע טרערן
.וואס קומט ביי א שמחה אדער ביי א מצוה

זענט עטס אמאל דורכגעגאנגען
?ווען טאטע מאמע פירן קינדער אונטער חופה שטאנגען
וויפיל טייכן טרערן עס האלט אין איין רינען
.פון חתן וכלה און אלע שושבינים

און טאמער עס איז נישט גענוג די טרערן פון זיי
“ווען א מאמע בעט “יהי רצון מלפני ה’ אלקי
יעדער פרייטאג צונאכט ביי הדלקת נרותי’ה
.ווען אם הבנים מבכה על בני’ה

השתדלו והרבו תחנה
שטייטס און בעטס ביים הייליגן שכינה
דער רועה צאן נאמן למשל ולשנינה
.לשמע אל התפלה ואל הרנה

?אוי הייליגער באשעפער וויפיל איז דער גבול
?ווי אזוי קען זיין אז דאס גלעזל איז נאכנישט פול
נישט פאר אונזער כבוד טו עס
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
.ותוליכנו קוממיות
(x2)

.מכניסי דמעה, הכניסו דמעותינו, לפני מלך מתרצה בדמעות
…מכניסי רחמים