LYRIC

KERESTIR- Mendy Worch- Composed By Mendy Worch & Baruch Shalom Blesofsky, Lyrics By Motty Ilowitz- Single 2016

דאס הארץ פלאמט און ברענט – געווארט אויף דעם אזויפיל טעג
,אויף דעם מאמענט – צום רבי’ן פארן דעם לאנגען וועג
אט איז די זמן – ביים צדיק וועל איך זיין
.ג’ אייר – אין קערעסטיר

פון די גאנצע וועלט – אידישע קינדער קומען צו גיין
,צו דעם געצעלט – וויינען דארט ביים צדיק’ס שטיין
אז מ’זאל זעהן – ווי ישועות געשעהן
.קומען מיר – קיין קערעסטיר

אזויפיל קדושה אריינגעלייגט האט דער צדיק אלעמאל
,יעדעס שטיינדעלע איז דורכגעווייקט מיט פיל אהבת ישראל
אורחים בייטאג און ביינאכט, דער צדיק’ס פנים לייכט
.ער אליין גיט צועסן און ווינטש יעדן שיין

אפילו אינמיטן טאג יום כיפור די רבי לויפט ארויס
,אנגרייטן דאס עסן פאר די אידן וואס פאסטן באלד שוין אויס
די רבי אליין זאגט אן – אז מופתים קען איך טאן
.ווייל איך האב ליב א צווייטן ווי זיך אליין

געווען באוויסט באקאנט – אז דא איז די פלאץ פאר יעדן איד
,ביז אפילו היינט – אפענע נסים פון דארט מען ציט
א לעכטיגקייט – עס איז נאך אפן ברייט
.דעם צדיק’ס טיר – אין קערעסטיר

שוין יארן פארלאפן, עס איז נאך אפן, די שערי רחמים
,ס’איז חושך אפילה, אוי רבי ישע’ילע, קוק דיך ווייטער אום
אין גלות עס איז אזוי שווער – מיר קענען שוין נישט מער
.ווער וועט אונז העלפן, ס’שוין נישטא ווער

אזויווי ביים לעבן נסים און ווינדער, האסטו צוגעזאגט
,קוק דארט פון הימל אויף אידישע קינדער, שווערע צרות עס פלאגט
השפעות אן א שיעור – די שליסל ליגט ביי דיר
(ר׳ שיע׳ בן משה פון קערעסטיר)
.ביים צדיק רבי ישעי’לע פון קערעסטיר

‘קינדער איך געדענק, אפילו איך בין אין היכל הויעך
,איך בעט פאר ענק, איך האב די זכותים די שטארקע כח
צדיקים במיתתם אפילו בשמים
.קרואים חיים

…שוין יארן פארלאפן, עס איז נאך אפן, די שערי רחמים