LYRIC

KAVEH- Lipa Schmeltzer- Composed By Yossi Green- Baderech

ביטער און זיס
שווארץ און וויס
טרוקן און נאס
.קאלט און ווארעם

ווייסט נאך נישט וואס ער דארף
א שטארקן א שוואכען
ווייסט נאך נישט זויער שארף
.צום וויינען צום לאכן

ס’האט אבער יא א טעם
כאטש מ’פארשטייט נישט
מ’דארף האבן אלעס צוזאם
.אן דעם עס גייט נישט

ביטער און זיס
שווארץ און ווייס
טרוקן און נאס
ווארעם און קאלט
.נאר אזוי קומט ארויס א פיינע קאווע

טרויער און פרייד
גרינג און שווער
רואיג נערוועז
.טונקל ליכטיג

איין טאג עס גייט איהם גוט
א לעכטיגס א זיסן
מיטאמאל מאכט מען מיט
.די טרערן גיסן

ס’האט אבער יא א טעם
כאטש מ’פארשטייט נישט
מ’דארף האבן אלעס צוזאם
אן דעם עס גייט נישט
טרויער און פרייד
גרינג און שווער
רואיג נערוועז
טונקל און ליכטיג
.האט א מענטש אויף דער וועלט און דאס איז די לעבן