LYRIC

KAROV (KUROIV) HASHEM- Michoel Schnitzler- Composed By Motty Ilowitz- Ah Nekidaleh

קומט א אידל און ער וויינט צום הייליגן לובלינער
הייליגער רבי, וויפיל נאך צו דעם פיין
נישט קיין נחת, נישט געזונט, א קנאפער פארדינער
.אוי רבי, דו זאלסט פאר מיר מתפלל זיין

דער חוזה קוקט אים אן, ביי וועמען זאל איך בעטן
אויב ווילסטו צום באשעפער, וואס דארפסטו די תפילות מיינס
קענסט אליין מתפלל זיין, איך דארף דיר נישט פארטרעטן
.דו ביסט דאך אויך זיין קינד, ער איז אויך דער טאטע דיינס

דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
.דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים

אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי’זשע דו אליין
.דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם

דו בעט און בעט
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
.דער טאטע הערט דיך אויס
דו בעט און בעט
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
.דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס

קרוב, קרוב ה’ לכל קוראיו
.לכל אשר, יקראוהו באמת

רצון רצון
רצון יראיו יעשה
ואת שועתם
.ישמע

דו בעט און בעט
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
.דער טאטע הערט דיך אויס
דו בעט און בעט
ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
.דער טאטע אין הימל הערט דיך אויס