LYRIC

IN THE CAMP/ אין לאגער- Sung & Composed By R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

,די זון איז פארגאנגען אוועק
,די נאכט אנגעקומען איז פיל מיט שרעק
צרות און פיין אן אן עק
,אין לאגער איז פינסטער אין קאלט
,אלע עס שלאפן שוין יונג און אלט
,ערגעץ אין א ווינקל, עס זיצט אין דער טונקל
.דער רבי, און א ספר ער האלט

,אלע עס טוען דאך גלויבן
,אז יעדע זאך קומט דאך פון אויבן
,א מענטש קען נישט געבן א ריר מיט א פינגער
.נאר ווען מען טוט הייסן פון אויבן

.עס קומען אמאל אבער שעה’ן
,דעם מענטש שיקט מען צו א נסיון
,מען טוט אים געבן, סכנה אין לעבן
.און שווער איז צו האלטן זיך דאן

,דער רב געלערנט, געדאוונט כסדר
,זיין שטומע עס קען שוין דאך א יעדער
,ער טוט זיך שטיל וויגן
,אין זינגט זיך א ניגון
.אז שווער איז צו שלאפן אצינד

,נאך וואס, יעדער האט דאך א גלויבן
,דער רבי מיטן באשעפער רעדט פין אויבן
,ער טוט ביי אים בעטן
,דער עדה צו רעטן
.און די ישועה וועט קומען געשווינד

אמונה עס ברענגט א ישועה
,אמונה עס ברענגט א רפואה
,נאר נישט זיין צובראכן
,און האבן בטחון
.אז דער באשעפער געוויס וועט ער העלפן

,מען דארף עם נאר בעטן און בעטן
,ער זאל פון דא ארויסרעטן
,ער הערט די געיאגטע
,האט ליב די געפלאגטע
.און העלפט זיי דאך שטענדיג ארויס

,דער רבי איז שטארק דאן געווען
,אפילו דאס ערגסטע עס איז געשעהן
,פארלוירן האט ער זיך ניט
,ער האט זיך געפירט דאן דורכאויס
ווי ער וואלט געווען אין זיין אייגן הויז
,די זעלבע דיבורים, די זעלבע שיעורים
.פון קביעות איז ער נישט ארויס

שבת געפירט האט ער טישן
,געזאגט אויך פיל תורה צווישן
,ראש השנה געבלאזן
,דעם שופר מיט מורא
.שמחת תורה געטאנצט מיט דער תורה

,ארום זענען היטערס געשטאנען
,זיי האבן ווי גארנישט פארשטאנען
,ניט געהערט גארניט
,און נישט געזעהן גארנישט
.וואס ביי דעם רבי’ן עס האט זיך געטאן

,און הערט, פיל כבוד מער דארפן אפגעבן
,די וואס געהיט האט זיין לעבן
א ערליכע פיינע
,די באגלייטערן זיינע
.איר לעבן פאר עם האט געשענקט

,געזעהן, דער עסן איז שטענדיג געוועזן
,דעם רבי, נישט געלאזן פארגעסן
,אכטונג געגעבן
ער זאל בלייבן לעבן
.אין געזונט פאר די וועלט עם געברענגט

,דער רבי האט זיך נישט פארלוירן
,די בארד זיינע נישט אפגעשוירן
,ער האט פאר דעם שיעור נישט זיין לעבן פארלוירן
.און ער האט איר נישט אפגעשוירן

,דער רבי וואלט געווען שטארק צופרידן
,אומקומען מיט אלע יודן
,דער קאמף מיט די ציונים
,איז נאך נישט פאראיבער
.און דעם רבי’ן האט מען געדארפט אויף דער וועלט