LYRIC

HELLO- Mordechai Ben David- Composed by R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- I’ve Waited & Waited

קיין ירושלים ווען איר קומט און געט אבליק
און זעהט די וואונדער
,וואס מיט יאהרען טויזענטער צוריק
איר זעהט ירושלים מיט איר וואונדערליכען חן
וואס ליגט אויף יעדען זאמדעלע
.וואס וואס ליגט אויף יעדן שטיין
שטיין וועט איר דאן בלייבען
נישט פארשטייענדיג דעם סוד
די גרויסע וואונדערליכען קראפט
,עס האט די שיינע שטאט
וואס די אלע יודען גלוסטען ממש אהן א שיעור
.און פון אלע ווינקלעך זיי לופען צוריק צו איר

דערזעהן האבען די אראבער אז די יודען שרייען גיוואלד
,מיר בענקען און מיר ווילען קיין ירושלים באלד
האבען זיך גענומען שרייען די אראבער הויך
.ס’יז דאך אזא גיטע זאך מיר ווילען עס הויך
אין די גאנצע וועלט האט זיך דערוויסט פין אט דעם סוד
,אז די יודען און אראבער קריגען אויף דער שטאט
האט פארגלוסט פאר יעדען זיך אריינשטעקן די נאז
.דער גריק דער קאטאליק און דער כינעזער מיט’ן רוס

העלא, עס רעדט ירושלים
,איר וועט אוועקגיין מיט פערדוס
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
.איך האב מיין אלטען בעל הבית
העלא, עס רעדט ירושלים
,ס’נאריש אלעס וואס איד טראכט
דעם פרומער יודען דעם געטרייעם
.אים געב איך איבער די מאכט
העלא, עס רעדט ירושלים
,ליבע פרומע יוד די מיין
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם
.אייביג וועל איך דיינע זיין
איך בין די שטאט פון קעניג דוד
,די שטאט פון אייבערשטען אליין
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד
.איך וועל נישט לאזען אזוי גיין

מ’קומט היינט קיין ירושלים אין מ’געט א בליק
,ווי אנדערש איז זי היינט געווארען ווי יאהרען צוריק
אויסגעבויט מיט שיינע הייזער פון א יעדען זייט
.און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט
עהרליכע שיכונים אזוי הערליך אזוי שיין
,פיל מיט ערליכע משפחות קינדער מלא חן
מ’דינט דארט דאם באשעפער און מ’לערענט אהן א עק
.און פאר קיינעם אין דער וואלט זיי האבן נישט קיין שרעק

אבער מ’זעהט נאך יודען דארט אויך פון אנאנדער מין
?יעדער איינער קוקט און פרעגט, ווי קומען זיי אהין
נישט קיין תורה נישט קיין יראה זעהט מען אויס אזוי
.עס איז שווער דערקענען צו א יוד אדער א גוי
זיי מיינען זיי זענען בעלי בתים אויפן קעניגס שטאט
,און ווילען איר פארבויען מיט א חרפה אין א שפאט
די יודעלעך די הערליכע מ’קעמפט אויף איעדען ארט
.און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט

העלא, עס רעדט ירושלים
,אפשר קען מיר זאגען ווער
אט דעם בעל הבית דעם נייעם
.ווער האט עם געשיקט אהער
הא – וואס איז עם שלעכט גיוועזען
,אין מאסקווע אדער אין בערלין
ס’יז דא דארט עסען פאר איעדען
.זאל ער זיך גייען צוריק אהין

די איינוואוינער מיינע
דארפען זיין פיינע
און שרעקען זיך פון בורא
,און אפהיטען זיין תורה
מיט ציצית און תפילין
מיט הייליגע געפילען
און שבת מ’היט
.הערשט דאן איז מען איוד
א ישיבה א חדר
דארף דארט זיין כסדר
און אנטוהן מיז איעדער
,צניעותדיגע קליידער
מיט פריינטשאפט און פרידען
צווישען ברודער יודען
דאס איז דער געבאט
.פון דעם קעניגס שטאט

העלא, עס רעדט ירושלים
,יודען טייערע זייט גרייט
אויף א לעבען גאר א נייעם
.פיל מיט תורה פיל מיט פרייד
העלא, עס רעדט ירושלים
,ווער ס’וויל בלייבען דא ביי מיר
פארלאזט דעם לעבען אט דעם פרייען
.און אפען איז פאר אייך מיין טיר