LYRIC

HABET- Mordechai Ben David- Composed by Reb Yosef Mandlebaum A”H, Lyrics by Reb Chaskel Rottenberg HY”D- Vechol Maaminim

הבט משמים וראה
,קוק אראף פון הימעל און זעע
כי היינו לעג וקלס, לעג וקלס בגוים
מיר זענען דאך ווי א געלעכטער ביי זיי

נחשבנו כצאן לטבח
,ווי אזוי גאטעניו קענסטו זיך צוקוקען צו דער זאך
מיר זענען דאך קיינמאל קיין בארואיקטע
,נאר תמיד צו דער שחיטה
הבט משמים וראה

דעריבער בעטען מיר ביי דיר אלעמאל
,ענטפער אונז שוין שומר ישראל
אוי, פאנעם שוין אונזערע טרערן
,קיינער וויל אונז נישט אויסהערן
!און מיר שרייען דאך שמע ישראל

אוי פארגעס אונז ניט שומר גוי אחד
,באווייז פאר אלע פעלקער, אז דו ביסט אונזער גאט
מיר האבען דאך נישט קיינעם
,נאר דיך איינעם
!און דיין נאמען איז השם אחד

זרים אומרים אין תוחלת ותקוה
,פעלקער זאגן, אז ס’איז פאר אונז קיין האפענונג איז נישטא
מען מעג אונז טרייבען און יאגען
,מיר קענען זיך נישט פארקלאגען
ווייל מיר ווייסען, אז אין הימעל ביסטו דא

אויף דיר איז איין פסוק פאראן
,הנה לא ינום ולא ישן
דו היטסט דיינע קינדער
,מיט מופתים און ווינדער
פארוואס-זשע לאזט דו מיט אונז אזוי טאן

דעריבער בעטען מיר ביי דיר אלעמאל
,ענטפער אונז שוין שומר ישראל
אוי, פאנעם שוין אונזערע טרערן
,קיינער וויל אונז נישט אויסהערן
!און מיר שרייען דאך שמע ישראל

אוי פארגעס אונז ניט שומר גוי אחד
,באווייז פאר אלע פעלקער, אז דו ביסט אונזער גאט
מיר האבען דאך נישט קיינעם
,נאר דיר איינעם
!און דיין נאמען איז השם אחד

מיר האבען דאך נישט קיינעם
,נאר דיר איינעם
הבט משמים וראה