LYRIC

GOLUS- R’ Yosef Moshe Kahana- L’chaim Yidden

,אין א וואלד א גרויסן
,פארווארפן און פארשטויסן
,פינסטער אן א עק
.ס’פאלט דאך א פחד אום א שרעק

,ס’רעגנט ס’איז קאלט, בלאנז’ט אין וואלד
,א קינד אליין
,דאס קליין קינד, זוכט אצינד, ווי אהין צו גיין
,זי קוקט זיך אום, חיות ארום און ארום
.אליין זי קריכט, איר מאמע’ן זי זוכט

,אין די זייט, גארנישט אזוי ווייט
,די מאמע זי ליידט
,ווייל זי זעט, ווי דאס קינד, צו איר בעט
,די חיות זיי בייסן, שטיקער זיי רייסען
,דאס קינד האלט נישט אויס
.זי וויינט: מאמע! איך וויל ארויס

!מאמע! מאמע
,ווי לאנג וועל איך ליידן מיט שרעק
,פארוואס לאזטו מיך דא אליין
.ווי ביסטו אזוי לאנג אוועק

!מאמע! ליבע מאמע
,דיין איינציג קינד שרייט דא צו דיר
,מאמע! הער צו מיין געוויין
.צו האסטו דען פארגעסן פון מיר

,די מאמע טוט דאס קינד הערן
,און זאגט: וויש אפ דיינע הייסע טרערן
,צום קינד זי זאגט
,אוי, איך זעה ווי דיר מ’שלאגט
,ביסט דאך שוין כמעט דורך דעם וואלד
,קומסט שוין אן צו מיר באלד
,ס’וועט קומען די ריכטיגע מינוט
.ס’וועט שוין אלעמאל גוט

,מ’דערמאנט זיך אמאל, אין ארץ ישראל
,אוי, ווי גוט איז געווען אין אונזר היים
,מיט דישכינה הקדושה, די מאמע, אונזער אם
,ומפני חטאינו גלינו
,אין א ביטערן גלות – עבדים היינו
.שם ישבנו גם בכינו

,גלות! ווי גרויס ביסטו
,שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו
,וואלט די גלות קלענער געווען
.וואלט די שכינה הקדושה נענטער געווען

,די מאמע זאגט: הער צו מיין קינד
,איך בין אויך אין וואלד, צוליב דיינע זינד
,זאגט די קינד צו די מאמע’ן
.לאמיר וויינען ביידע צוזאמען

,דעם מאמע דעם קינד טרייסט
,באלד ווערסטו אויסגעלייזט
.צוזאמען מיט מיר אויף אמאל
,איך טוה דיך צוזאגן
,דיך מער נישט פאריאגן
.פון דיין היים ארץ ישראל

,בקרוב וועט קומען די ריכטיגע שעה
,קול דודי הנה זה בא
,מיר וועלן שוין האבן אלעמאל א מנוחה
.כי לה’ המלוכה

,אידעלעך, אידעלעך, נעמט די פידעלעך
,זינגט’זשע פרייליכע לידעלעך
,די ישועה קומט שוין שנעל
,מ’הערט שוין די טריט
,ס’קומט די מינוט
.משיח שטייט שוין ביים שוועל

,גענוג געיאגט, גענוג געפלאגט
,א וואלקן אלע אידן טראגט
,לקריתא דירושלים
,אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט
.מ’קומט שוין אהיים

,אלע אויפגעראכטן און באלאכטן
,דעם יצר הרע מיט זיין חברה – גע’שחט’ן
,’והיתה המלוכה לה
,אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט
.מ’קומט שוין אן אהיים

,די עשרת השבטים, מלוקטים
,קומען צו לויפען מיט איין אטעם
,צוזאמען מיט שבעה רועים
,כי לה’, א מלוכה אינדערהיים
.ומושל בגוים

,כי לה’ המלוכה ומושל בגויים
,ומושל בגויים
,אוי ווי גוט, ס’קומט די מינוט
.מ’קומט שוין אן אהיים

,זאל שוין זיין די גאולה
,בעט דער עם סגולה
,נאך א קליינע תפילה
.משיח זאל שוין קומען

,לך ה’ הגדולה
,ביתך כבתחילה
,נאך שענער אפילו
.משיח זאל שוין קומען