LYRIC

FUNEM CHALOM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Chevlei Moshiach

,געזען איך האב א חלום
.ווידער איז שלום
.איך קער זיך אהיים צוריק ווי געשווינד

,איך זיץ אויפ’ן וואגן
:די פערד טוען טראגן
.צו טאטע, צו מאמע, צו א פרוי, צו קינד

,איך פאר דורך די גאסן
.שפאצירן דארט מאסן
.מען רעדט וועגן שלום מיט שמחה און גליק

,מען באטראכט מיר כסדר
.מיט זעלנערישע קליידער
.און קיינער דערקענט נישט, אז דאס קום איך צוריק

,אט זע איך דעם חדר
—— כסדר
.דעם הויז פון דעם רבי’ן, כ’זע —-

———)
(———
.א ניגון א נייעם, פון ווייטן מען הערט

,אט זע איך דעם טאטן
.דעם שטערן דעם גלאטן
.אויף זיין שויס א יונגעלע האב איך דערזען

——)
(——–
.ווען איך בין אוועק, איז ער נאכנישט געווען

,אט זע איך מיין מאמען
.מיט מיין פרוי צוזאמען
.זיי רעדן פון מיר אלע, איך הער עס גוט

,דער פענסטער איז אפן
.איך בין צוגעלאפן
…אבער איך כאפ זיך גלייך אויף, פונקט אין דער מינוט
————————————————–
,דער בריוו טרעגער האט באגעגנט מיך
:און שמייכלען גענומען
,איך האב א בריוועלע פאר דיר”
“!פון פוילן אנגעקומען

,ער גיט מיר אפ דעם בריוו געווינד
:איך קלער מיר מסתמא
,אדער פון מיין ווייב און קינד’
.’אדער פון מיין טאטע און מאמע

,די ערשטע שורות ליגן פאר מיר
.די אותיות צעקראכן
,ליבער פריינט עס שרייבט צו דיר
.יצחק לייב, דיין שכן

,ווען דו ביסט אוועק, נאך יענעם טאג
.איז דער דייטש אריינגעקומען
,אלע אידן ארויסגעיאגט
.און אין שול אריינגענומען

,צוגעמאכט האט מען וואו א טיר
,און דערנאך פון אונטן
,האבן זיי פון אלע זייטן פיר
.א פייער אנגעצונדן

,דיין טאטע-מאמע זענען נישט געווען
,זיי זענען באהאלטן זיך געגאנגען
,האבן די דייטשן זיי דערזען
.און ביידן אויפגעהאנגען

,דער רב דעם ארון קודש האט אויפגעמאכט
,גענומען א ספר תורה
,דער גאנצער עולם האט געווארט
.אין פחד און אין מורא

,שמע ישראל השם אחד
.האט דער רב רואיג געצויגן
,דער גאנצער עולם האט געווארט
.מיט צוגעמאכטע אויגן

,דיין פרוי געשטאנען איז אין א זייט
.די טרערן איינגעהיטן
,ביז געקומען איז דער רויך
.און האט גענומען שטיקן