LYRIC

EMUNAS TZADDIKIM- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

-1-

אין שטעטל איז א שמחה א פרייד געווארן
דער הייליגער רבי איז געקומען צו פארן
א טומל ביי חסידים א געשריי
.יעדער שטייט אין ריי

יעדער איינער וויל וואס גיכער געבן
שלום עליכם דעם הייליגן רבי’ן
שטייט מען און ווארט מען אין דער ריי
.שעה’ן לאנג אזוי

שטייט א חסיד אינמיטן
פון רבי’נס שענסטע אידן
אן דעם רבי’ן גיט זיך נישט קיין ריר
.גלויבט אין איהם אן א שיעור

דער רבי האט א כח פערמאגן
אז אלץ וואס ער טוט זאגן
יעדער וואונק און יעדער ווארט
.מקויים ווערט אויפן ארט

ווייל אמונה פשוטה, איז אן עצה א גוטע
אלעס וואס איר ווילט, אלעס וואס איר צילט
מקויים זיין עס קאן
איר דארפט מער ניט ווי גלויבן, אז אלץ קומט פון אויבן
פון באשעפער אין דער הויך, און דער רבי אויך
.אלעס קאן ער טון

-2-

שטייט זיך דער איד און טוט זיך טראכטן
צו איז עס אן אמת, צו עס טוט זיך איהם דאכטן
פאר אים אין ריי, זעט ער אזוי
.שטייט א באקאנטער גוי

א גרויסער מסור א שונא פון אידן
די גאנצע שטאט טוט זיך פאר איהם היטן
שוין פיל אידן פון דער שטאט
.אומגעבראכט ער האט

וואס קען ער דא וועלן
פארוואס טוט ער זיך שטעלן
אפשר דער גוי תשובה טוט
.און וויל שוין ווערן גוט

ער זעט דער גוי גייט צו צום רבי’ן
די האנט טוט ער איהם געבן
און האט א שפיי געטאן אין רבי’נס האנט
.און רוהיג אוועק געשפאנט

דעם רבי’ן טוט עס נישט רירן
פונקט ווי עס זאל גארניט שפירן
נאר שטילערהייט ער זאגט אזוי
.פארכאפט זאל ווערן דער גוי

ווייל אמונה פשוטה, איז אן עצה א גוטע
אלעס וואס איר ווילט, אלעס וואס איר צילט
מקויים זיין עס קאן
איר דארפט מער ניט ווי גלויבן, אז אלץ קומט פון אויבן
פון באשעפער אין דער הויך, און דער רבי אויך
.אלעס קאן ער טון

-3-

דער חסיד לויפט אהיים אינגאנצן זיכער
אידענע זאגט ער גיב מיר עסן גיכער
איך וויל לויפן שנעל און זען ווי אזוי
.עס ווערט פארכאפט דער גוי

ער לויפט צום גוי און זעט פון ווייטן
די הויז איז ארומגערינגלט פון אלע זייטן
און הערט פון הויז א גרויסער געוויין
.דער גוי ליגט אויף דער ערד ווי א שטיין

ער לויפט שנעל צום רבי’ן
די נייעס איבער צו געבן
הערט אידן וואס עס איז געשען
.וואס איך האב אליין געזען

אלע אידן הערן
דערשראקן אלע ווערן
נאר פלוצלינג גייט דער רבי ארויס
.און הערט די מעשה אויס

און רופט זיך אן קינדער
א נס איז געשען אצינדער
נאר איך האב אין דעם קיין חלק ניט
.נאר ער אליין דער איד

ווייל אמונה פשוטה, איז א מדה א גוטע
ווייל איך האב דעם גוי, וואס האט געטאן אזוי
באלד מוחל געווען
נאר דעם אידנס אמונה, האט געבראכט דעם גוי א מיתה משונה
ווייל דער איד גלויבט און ווייסט, אז אלעס וואס איך הייס
.מוז אזוי געשען
——————————————–
און מיט דעם שכל קען מען אויך דערזען דעם סיפור
וואס איז ביים ייטב לב זכר צדיק לברכה געשען
צום ייטב לב זכר צדיק לברכה איז געקומען א איד בעטן א ישועה
און דערציילט אז ער איז א סוחר פון תבואה
און די גאנצע תבואה איז געווארן פארשטויבט מיט אזא אופן
אז קיין איין גוי וועט עס נישט וועלן קויפן
און מען דארף ווי פריער אויסבלאזן
וואס? זאגט דער ייטב לב, דער באשעפער וועט דיר נישט פארלאזן
אז מען דארף אויסבלאזן וועט מען אויסבלאזן
און ער האט גענומען א שופר און געבלאזן
נאכהער זאגט ער צום אידן פאר געזונטערהייט
דער גוי וועט שוין קויפן די תבואה בלינדערהייט
דער איד איז אוועקגעפארן מיט פרייד
ער איז זיכער אז דער גוי וועט קויפן די תבואה בלינדערהייט
ער קומט אין הויז ער זעט די תבואה
האט געהאט א גרויסע רפואה
ער נעמט אביסל גייט אוועק צום גוי
און דער ווערט נתפעל אזוי
אז ער שרייבט גלייך אונטער א קאנטראקט געשווינד
און פלוצלינג אויפאמאל איז ער געווארן בלינד
און באמת האט דער רבי נישט געוואלט שעלטן דעם גוי וואס ניט ער קאן
און ניט ער האט א אידן שלעכטס געטאן
נאר ער האט געזאגט א ווערטל אויף דער מסחר’ישער שפראך
וואס בלינדערהייט מיינט אז מען קויפט עפעס נאך איידער מען זעט די זאך
אבער דער איד איז אזא מאמין געווען
אז אלץ וואס דער רבי זאגט מוז געשען
אז דער רבי האט געזאגט בלינדערהייט מוז דער גוי אויפהערן זען
ווייל אז א צדיק זאגט אפילו א וויץ א גלייכווארט
.מוז עס מקויים ווערן אויפן ארט