LYRIC

EMES- Benny Friedman- Composed By Yitzy Waldner- Taamu

———————————————-
אין וועלט וואו מיר אלע לעבן
א וואך א טאג פון פאלשקייט ריין
מען דארף זיך צו דעם אמת קלעפן
מיט ערנסטקייט און אמת גיין

כאטש מיר זוכען אויף דעם אמת
נישט גרינג קומט עס אונז אן
אין העולם מתקיימת
אין א וועלט פון שקר אמת מאנען
אבער דאס דארף א איד דאך קאנען
תורה דאס איז אמת
באורייתא תפתח ליבאין
———————————————-
CHORUS:
אמת אתה הוא ראשון
ואמת אתה הוא אחרון
פונעם אלף ביזן ת׳ איז אמת
אמת אתה הוא ראשון
ואמת אתה הוא אחרון
חותמו של הקדוש ברוך הוא אמת
———————————————-
די פאלשע שטיק דארף אונז נישט דערשרעקן
מ׳ווייסט דאך וואס איז פאר אונז גוט
דער אמת וועט זיך נישט אפמעקן
דאס גיט אונז כח גיט אונז מוט

יראת שמים ווען ביי זיך אין חדר
איז דאך אמתדיק פיין
מודה על האמת דארף א יעדער
אין הארצן נאר דעם אמת לאז אריין
ווי מען איז און ווי מען דארף זיין
ווען איך דערמאן זיך
מיין נשמה׳ס הייליג פיין
———————————————-