LYRIC

ELOKA D’MEIR ANENI- Camp Shalva- Composed By R’ Moshe Goldman A”H- Somachti

,לאמיר אייך דא ערקלערן
?ווי אזוי קען דאס זיין
,ווען עס פליסן טייכן טרערן
,פון צרות און פון פיין
,קענט איר באלד געהאלפן ווערן
,עס איז דאך אן עצה פארהאן
,אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן
.און געהאלפן זענט איר שוין דאן

,די סגולה האבן מיר שוין פון יארן
.איבער געגעבן אונז פון דור צו דור
,היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון
.די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר
,ווען דו ביסט חלילה אין א צרה
,א מטבע אין די האנט נעם
,און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא
.ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם

CHORUS:
,און זאג: אלקא דמאיר ענני
,יעדער איינער קען נאר די אדרעס
,אלקא דמאיר ענני
.אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס

,ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד
,די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק
,אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט
.דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג
,אין די געהויבענע מינוטן
.דעם באשעפער קיינמאל פארגעס
,געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן
.אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס

,די סגולה האבן מיר שוין פון יארן
.איבער געגעבן אונז פון דור צו דור
,היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון
.די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר
,ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה
,פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט
,אפילו ביי א שמחה אין די משפחה
.האב גרייט א מטבע אין דיין האנט

CHORUS:
,און זאג: אלקא דמאיר ענני
,יעדער איינער קען נאר די אדרעס
,אלקא דמאיר ענני
.אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס