LYRIC

EIGEL/AIGEL- Sung & Composed By Lipa Schmeltzer- Be Positive

ראובן און שמעון געגאנגען צו די עגל
יהודה יששכר געגאנגען צו די עגל
זבולון און דן געגאנגען צו די עגל

נפתלי גד געגאנגען צו די עגל
אשר און יוסף געגאנגען צו די עגל
אפילו בנימין געגאנגען צו די עגל

אויסער לוי, לוי גייט נישט נאכן עגל
און יעדער פרעגט
?לוי וואס קומסט נישט צו די עגל
און לוי זאגט: איך האלט נישט פון דעם עגל
און יעדער פרעגט

?…לוי

אויב יעדער גייט צו דעם עגל
אלע שיינע אידן גייען נאך דעם עגל
לוי זיי נישט א אויבער-חכם קום צום עגל
אלע מנהיגים לויפן צו דעם עגל
איין מענטש קען נישט גיין קעגן דעם
ווינט לוי

דו ווילסט דאך זיין
א גוטע איד קום שוין צום עגל
ניין ניין זאגט לוי ניין,
איך גיי נישט צו דעם עגל
אפילו יעדער גייט
איך גלייב נישט אין דעם עגל

,ניין ניין זאגט לוי ניין
איך גיי נישט צו דעם עגל
אפילו יעדער גייט
איך גלייב נישט אין דעם עגל

ויחר אף השם
לוי איז געווען גערעכט
משה רבינו ווייזט קלעם
אהרן הכהן שפירט שלעכט

…לוי איז געווען גערעכט
וואס זיי האבן נישט דעם נאמען
פארשוועכט
…לוי איז געווען גערעכט

אלע שיינע אידן האבן געשפירט שלעכט
וויל לוי איז געווען גערעכט
לאו לאו דוקא אז מען גייט מיט די שטראם
מיינט דאס אז ׳דאס׳ איז עכט
דער וועג

עס קען אמאל זיין דער וואס שרייט בקול רם
דער אויבער-חכם האט רעכט
נישט יעדע מין געפעכט מיינט ס׳איז שלעכט צו געדעכט
אמאל א מענטש ווענט ברעכט
.ביי יענעם קען מיינען נעכט
און נישט יעדער
פונעם זעלבן טייג איז אויסגעפלעכט

ווייל נישט יעדער פונעם זעלבן טייג איז אויסגעפלעכט
!לוי איז געוועהן גערעכט