LYRIC

ECHOD HAMARBEH- Levy Falkowitz- Composed By Volvi Lichtenstein- Tov Li

אז א יוד טוט באמת כראוי
ער נוצט אויס יעדע מינוט
רחמנא ליבא בעי
פאר’ן באשעפער איז אלעס גוט
איינער איז שטארק איינער איז שוואך
איינער קען מער און איינער ווייניג
מ’פארלאנגט נישט פון יעדן גלייך
.די עיקר איז דאס הארץ אינעווייניג

CHORUS:
אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
ַאויב מיט אן אמת
איז דאס וואס דו טוסט
.יא מיין קינד צו דיר איך גליסט

אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
מיין קינד פון דיר איך האב הנאה
.ווייל רחמנא ליבא בעי

כל נדרי נאכט א יתום’ל אין שול
אינגאנצן צובראכן עס טוט אים וויי
ער קען נישט קיין ווארט
ער וויל געבן געפיל
א פייף מיטן מויל געט ער א געשריי
אין בית מדרש
עס ווערט א רעש א טומל
דער בעל שם מאכט שטיל
און רופט אויס
ס’האט מבטל געווען א גזירה אין הימל
.אזוי ריין געקומען פון הארץ ארויס

CHORUS:
אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
ַאויב מיט אן אמת
איז דאס וואס דו טוסט
.יא מיין קינד צו דיר איך גליסט

אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
מיין קינד פון דיר איך האב הנאה
.ווייל רחמנא ליבא בעי

איינער צופרי אין די האנט א גמרא
צו לערנען אפאר שעה ברצופין
אין א שווערע סוגיא
פארטיפט מיט א סברא
דער באשעפער גליסט בכסופין
איינער צופרי אין ארבעט יאגט זיך
צו ברענגען פרנסה פאר זיין שטוב
מיטהאלטן דעם שיעור
ביינאכט ער פלאגט זיך
.דער באשעפער האט דיר אזוי ליב

CHORUS:
אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
ַאויב מיט אן אמת
איז דאס וואס דו טוסט
.יא מיין קינד צו דיר איך גליסט

אחד המרבה ואחד הממעיט
ובלבד יכוון לבו לשמים
מיין קינד פון דיר איך האב הנאה
.ווייל רחמנא ליבא בעי