LYRIC

THE NATURE (HATEVA)- Avraham Fried- R’ Yom Tov Ehrlich- Yiddish Gems Vol 1

קום מיין פריינט אין גארטן
לאמיר ארויס אויפן פעלד
און באטראכטן דארטן
די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט
קריכט א מוראשקע צו זיך אין שטעטל
און עס טרואגט אויף זיך א שווערע בלעטל
דער זומער גייט אוועק, עס קומען קאלטע טעג
.מען דארף זיין ווארעם צוגעדעקט

זע די שיינע בלומען
די בלעטעלעך פונקטליך אין צאל
זומער ווינטער קומען
אלע יאר פונקט אין צייט אלעמאל
פונקטליך קומט די נאכט און טאג נעמט ווערן
און פונקטליך דרייען זיך ארום די שטערן
און ווו די וועלט איז ווייס
אויף די בערג פון אייז
.דער ווייסער בער קריגט אויך זיין שפייז

א מענטש פון פלייש און ביינער
האט אונזער גרויסער באשעפער געמאכט
און פארשטיין קיין קיינער
ווי אזוי ער זעט און ער רעדט און ער טראכט
מליאנען שרייפעלעך צונויפגעפלאכטן
רערן פול מיט שלאפן אלע סארטן
און ווער נאר שכל האט
קען פארשטיין דעם סוד
.אז אלעס איין באשעפער האט

אני מאמין איך טו גלויבן
אז דער באשעפער דארט פון אויבן
באשאפן האט געקענט נאר איינער
אזא גרויסע וועלט א שיינער
געווען און איז און וועט זיין איינער
און אים דארף נישט העלפן קיינער
ווייל קיינער קען אים נישט פארשטיין
.ווי אזוי ער מאכט עס אלץ אליין

ווען טיט וואלט ווערן אלע ימ’ן
און א פען פון יעדן גראז
און אלע הימלען זיי צוזאמען
א שטיק פארמעט אן א מאס
און שרייבן דארט מיליאנען יארן
וואלט קיין אנפאנג נישט געווארן
פון די שבחים פון דעם העלד
.דער באשעפער פון דער וועלט

עס ווייסט דאך יעדער איינער
אז מען קען נישט רירן קיין האנט און קיין פיס
דער עסן ביי די ציינער
און מען קען נאך נישט קיין רשות פון אויבן
דער באשעפער זאל אליין ער לויבן
הייסט ער גיין איז גיין
הייסט ער שטיין איז שטיין
.מען קען דאך גערנישט טאן אליין

ווו א איד טוט וואוינען
מיט וועמען א שידוך ער טוט
נישט ווייל אים טוט לוינען
און ער מיינט אז דאס איז פאר אים גוט
אלעס שטייט פון אויבן אנגעשריבן
די היט, די שיך, וואס ער האט אויסגעקליבן
און אלעס וועט מען טוט קען נאר ווערן גוט
.נאר ווען עס קומט אן די מינוט

א שטרוי עס פאלט פון וואגן
א בלעטל פון בוים אויף דער ערד
דער ווינט טוט עס פארטראגן
און לייגט אוועק דארט ווו עס באשערט
און פונקט אין דער מינוט וואס ער דארף טויגן
און פונקט אויף וועלכן זייט עס דארף זיך לייגן
און קיין זאך איז נישט סתם
א צופאל מן הסתם
.נאר יעדער זאך עס האט א טעם

אני מאמין איך טו גלויבן
אז דער באשעפער קוקט פון אויבן
און ער אליין טוט עס אנפירן
מיט אלעס וואס עס טוט פאסירן
און אכטונג גיט אויף יעדן איינעם
און פארזעט נישט קיינמאל קיינעם
און מען דארף גלויבן שטארק אין דעם
.און זוך פארלאזן נאר אויף אים

צום הימל וואלט איך מיר געפלויגן
ווען איך וואלט פליגלען נאר פארמאגט
און פון שפיץ פון רעגנבויגן
וואלט איך פאר דער וועלט געזאגט
וואס עס טוט באמת גלויבן
און אז ער דארף א הילף פון אויבן
דארף ער גאנישט טאן צו דעם
.און דער באשעפער העלפט גלייך אים