LYRIC

DER TALMID IN MIDBAR- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Emunah

ווער גייט עס דארט אין וועג
אין מדבר אָן אַן עק
וואו מען זעהט נישט מיין
.נאר הימל זאמד און שטיין

טאג און נאכט עס שפאנט
מיט א שטאק אין האנט
דער הייליגער בעל שם
.און זיין תלמיד שפאנט נאך איהם

עס איז שוין דריי טעג
אז מען איז אין וועג
א שעה לויפט נאך א שעה
.קיין וואסער איז ניטאָ

די היץ איז זייער גרויס
דער תלמיד האלט ניט אויס
און ער שרייט ארויס
.מיין דורשט איז זייער גרויס

!רבי געוואלד
איך דארף וואסער באלד
דער בעל שם
.הערט נישט צו צו איהם

נאך א טאג אוועק
דער תלמיד פאלט אוועק
ער לייגט זיך אויף דער ערד
.און פאר’חלש’ט ווערט

דער בעל שם טוב שטעלט זיך אפ
און מונטערט איהם אפ
:און רופט זיך אן צו איהם
.זאג צו דו גלויבסט אין דעם

אז צוריק זעקס טויזנט יאהר
ווען דער באשעפער קלאר
באשאפן האט די וועלט
.און אלץ צונויף געשטעלט

האט ער שוין דאן געזען
וואס היינט וועט דא געשען
און אנגעגרייט זיי באלד
.וואסער פריש און קאלט

דער תלמיד קלערט
און זאגט: רבי גערעכט
און ער זעהט באלד
.וואסער פריש און קאלט

אין מיטן די רייד
זעט מען איינער גייט
און ער טראגט צו זיי
.עמערס וואסער צוויי

ער שטעלט דאס אוועק
און דערציילט מיט שרעק
מיין פריץ, גוטע פריינט
.איז אראפ פון זינען היינט

ער טוט מיר א זאג
צוויי עמערס וואסער טראג
פרעג איך איהם וואוהין
.אין מדבר דארט אהין

פרעג איך איהם ביז ווען
זאגט ער וועסט שוין זען
די קאלטע וואסער שטייט
.דער תלמיד קוקט מיט פרייד

און שרייט אויס
רבי ס’זייער גרויס
נאס איז מיין צונג
.איך דארף שוין נישט קיין טרונק