LYRIC

DER SHIDDUCH FUN HIMMEL- Michoel Schnitzler- Der Tatte Hert

CHORUS:
סימן טוב – עס איז א גוטער שידוך
ומזל טוב – ס’איז א געלונגען שידוך
יהא לנו – ס’וועט זיין דער בעסטער שידוך
ווייל נאר דאס איז פון הימל באשערט

סימן טוב – עס איז א גוטער שידוך
ומזל טוב – ס’איז א געלונגען שידוך
יהא לנו – ס’וועט זיין דער בעסטער שידוך
…ווייל נאר דאס איז פון הימל באשערט

ביי מלוה מלכה זיצט דער צדיק ר’ ישראל
גערופען האט מען אים דער בעל שם
ער זאגט פאר ביידע מאן און ווייב צו נעמען דעם רפאל
אלץ איידעם פאר די טאכטער אים נעם

ניין וואס עפעס שרייט דער טאטע און די מאמע ביידע
ווי קענען מיר צוהערען צו אייך
די טאכטער איז אזוי געראטען און ער איז נישט בסדר
אזא איידעם פאר אונז איז נישט גלייך

זאגט אים דער בעל שם דער גרינדער פון חסידות
הערט וואס איך וועל אייך דערציילן
איך בין געווען אין הימל די וואך שבת שלש סעודות
דערפאר וויל איך דעם שידוך צואיילן

איך האב געזעהן דעם מלאך וואס שידוכים פירט ער אויס
ער גייט מיט א געבויגענע פלייצע
איך דארף אויספירן שוין דעם שידוך וואו קריכט מען ארויס
ווער קען מיר דא געבן אַן עצה

דער טאטע פון די טאכטער ער האלט זיך גרויס ביז גאר
איך וויל נישט מיין טאכטער זאל ליידן
דער בחור אבער עלטער ווערט א יאר און נאך א יאר
ער האט דאך א נשמה פון זיידן

פרעגט דער מלאך וויאזוי קען איך דעם שידוך שוין אויספירן
דער טאטע וועט אזוי פארפירן
און דא אין הימל ווייסט מען זיכער אָן צו שפעקולירן
אז דער שידוך מוז שוין פאסירן

זאגט א מלאך ס’דא אַן עצה עס קוקט נישט אויס ווי יושר
אבער ס’איז נישט דא קיין ברירה
ער האלט זיך גרויס כסדר אז ער איז א גרויסער עושר
לאמיר אויף אים ברענגען א גזירה

אוועק נעמען פון אים די הייזער, כבוד און פארמעגן
זיין עניות וועט אנהייבן שם’ען
דאן די טאטע מאמע וועלן מער נישט זיין דערקעגן
דעם בחור אלץ אַן איידעם צו נעמען

CHORUS

רופט זיך אָן א מלאך אויפגעברויזט ווי א צוקאכטער
איהר מיינט ס’איז שוין אויס פראבלעם
ערשט יעצט עס הייבט זיך אָן דער חורבן ווען עס קומט די טאכטער
הע, איך בין סאך קלוגער פון אים

זאגט א צווייטער מלאך: ס’איז אויך דא אויף דעם אַן עצה
די קלוגשאפט פון איר שנעל פארטרייבן
מענטשן וועלן איר רודפ’ן א נער וואס פארשטייט זי
וועט זי לויפן שנעל תנאים שרייבן

זאגט דער בעל שם טוב: די ווייטאג איך שפיר עס
א מזל אז איך בין געווען אין היכל
פארוואס דארף מען צונעמען אייער כבוד און עשירות
און פון איר אויך צונעמען דעם שכל

זאגט דער מלאך הער מיך אויס איך גיב דיר נאר איין טאג
פירסטו אויס דעם שידוך איז גוט
אויב נישט זאלסטו געדענקען וואס איך האב דיר געזאגט
מיט בושות דעם שידוך מען טוט

פרעגט דער צדיק מאן און ווייב וואס פעלט אייך אויס פראבלעמען
דאס רעדל זאל זיך דרייען פארקערט
נעם דעם בחור פאר אַן איידעם דארפסט זיך גארנישט שעמען
ווייל פון הימל איז אזוי באשערט

זיי לויפן שנעלער, ברעכן טעלער, גילה רינה דיצה
גרויסע טארטן הייבט מען אָן שניידן
אלעס גרייט זיך, אלעס פרייט זיך, יעדער טאנצט מיט מיט זיי
און דער בחור קריגט א הערליכען נדן

מענטשען מיינען דאס איז מיינס כ’ווייס דעם אמת קלאר
אך ווי שיין און גוט וואלט געווען
זיי ווייסן נישט וואס וואלט געווען אין נאך עטליכע יאר
וואס וואלט אלץ געקענט געשען

נישט דער שדכן און נישט קיינער טראגט אויף זיך דעם שולד
אויך נישט די השפעה פון שכנים
נאר דער בורא זעט פאר זיך דעם גאנצן קלארן בילד
און ברענגט צוזאם דעם שידוך דעם שיינעם

CHORUS