LYRIC

DER GROISE BASHEFER- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Yetzias Mitzrayim 2, Song 1 (Incomplete- See End)

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפט
די גאנצע וועלט מיט אלעס וואס אויף איר
פאר אלע זיי צוגעשיקט אלס וואס באדארפט
באדערפענישן גאר אן א שיעור

די ערד מינעראלן
די טייכן די קוואלן
די טאלן, די בערג באדעקט מיט שניי
די בהמות די פעלדער
די חיות די וועלדער
די מענטשן וואס פירן אן מיט זיי

דער גרויסער באשעפער ער האט דאך באשאפן
דעם הימל און אלעס וואס אויף אים
ער גיט יעדן כח וויפיל יעדער טוט דארפן
צו טאן אין עבודת השם

די חיות די שרפים
די גרויסע מלאכים
וואס ווערן פון יראה אזש פארברענט
שירות און זמירות
די הייליגע ספירות
אלס ליגט ביים באשעפער אין די הענט

דו גרויסער גאט
ביזט געווען און וועסט אייביג זיין
איך בין דיינער און דו ביזט מיין
דו ביזט שטארק דו ביזט גרויס
דו ביזט הייליג דורכאויס
דו ביזט גוט דו ביזט פיין

דו אונזער גרויסער גאט
קיינער פאר דיר איז נישט געווען
קיינעם נאך דיר וועט מען נישט זעהן
ווייל נאר דו אליין
פירסט די וועלט אזוי שיין
אלע גלייך גרויס און קליין

דו אונזער ליבער גרויסער גאט
מען קען נישט זעהן מען קען נישט פילן
נאר מיט איידעלע געפילן
קען מען עפעס וואס פארשטיין
דו ביזט א גייסט און נישט קיין גוף
און מען קען עס נישט ערקלערן קלאר
מען קען נישט זעהן מען קען נישט הערן גאר
און כאטש מיר ווייסן עס אז אומעטום ביזטו דאך דא
ביזטו אבער פונקט ווי גארנישט דא

דער גרויסער גאט
אנטקעגן אים האט קיין זאך קיין ווערד
נישט קיין פייער און נישט קיין שווערד
און דערפאר איז נישט שווער
צו פארשטיין דעם דערהער
דאס וואס אייביג איז ער

דו אונזער גרויסער גאט
אייביג וועסטו זיין און ביזט געווען
מען קען נישט ציילן נישטא פון ווען
ס’איז נישט נאנט און נישט ווייט
און עס האט נישט קיין צייט
ווייל דאס איז אייביגקייט

דו אונזער ליבער גרויסער גאט
דו האסט געשאפן אלע זאכן
און וואס זיי טוען וואס זיי מאכן
אלעס טוסטו דאך אליין
די אלע זאכן קומט פון דיר
מיין יעדער תנועה און מיין יעדע ריר
אלעס וואס איך טראכט און וואס איך שפיר
די געפילן וואס אין הארצן עס ליגט ביי מיר

MISSING PART OF THE SONG…