LYRIC

DEM GRAM/ DI GRAM- Sung & Composed By Motty Ilowitz- Machshuves

א גאנצער נאכט
שוין פארבראכט
שוין געטראכט שוין
פון לאנג אהיימגיין פון זאל
געטאנצן יעדע ליד שוין
ער איז מיד שוין
און מען ציעט שוין
אסאך מער ווי נארמאל
————
ביים טיר שוין ער גייט דארט
ער שטייט דארט
פארביי דארט
עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל
דער בדחן ער כאפט שוין
ער סטאפט שוין
און בלייבט שוין
ער וויל נישט אהיים גיין בכלל
————
מען קען זיין א מידער
פון לידער
און גערודער
דאך גראמען האט א פאטענט
יעדן אינטערסירט עס
מען שפירט עס
בארירט איז
דאס הארץ, פון דעם מאמענט
————
ביי יעדע מסיבה
די חיבה
און ליבע
וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט
וועט זיצן אין זאהל ער
אן א דאלער
נאר ווייל ער
וויל הערן די גראמען ביים ענד
————
זעה נאר דעם פלאם
דעם טעם
אויסנאם
וואס עס ליגט אונטער דעם גראם
אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין

שורה׳לעך צוויי און דריי
זענען זיי
באהעפטן זיי
אלע איך גיי
עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין

מחזורים און סידור
בריוולעך פון ברידער
געדיכטער און לידער
געפאסט און מסודר
עס וועקט אויף דעם מידער
און ווארעמט די גלידער
מיט חן
————
א שיינע באעהרונג
ערקלערונג
איינשווערונג
תנאים בלומען און נוסח המציבות
אן עד אין די דזשורנאלן
פארפאלן
ס׳מוז שטראלן
מיט גראמעלעך און ראשי תיבות
————
גראמען ארויסגיט זיך
ס׳זעץ זיך
ס׳רעדט זיך
די ניגון, דאס בריוועל אדער סיי וואס
וואס סתם ווערטער זאגט נישט
פארמאגט נישט
און טראגט נישט
די זעלבע געפיל און התחייבות .
————
גראמען קען מאכן
לאכן
אויפוואכן
דעם טייל פון שמחה און גליק
עס קען וויינען און קלאגן
און זאגן
די פלאגן
וואס אונטערן הארץ עס דריקט
————
עס קען שפייען
און שרייען
פארצייען
באנייען
א פריינדשאפט פון יארן צוריק
דעם שרייבער׳ס געפילן
טוט שפילן
קענסט פילן
ווען אויף די גראמען מען קוקט
————
זעה נאר דעם פלאם
דעם טעם
אויסנאם
וואס עס ליגט אונטער דעם גראם
אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין

שורה׳לעך צוויי און דריי
זענען זיי
באהעפטן זיי
אלע איך גיי
עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין

מחזורים און סידור
בריוולעך פון ברידער
געדיכטער און לידער
געפאסט און מסודר
עס וועקט אויף דעם מידער
און ווארעמט די גלידער
מיט חן
————
דער רבי ר׳ בונם
זאגט מען נאך פון אים
אז טיף אינעם
גראם ליגט סודות נוראות
אז ר׳ אליעזר הקליר
מיט זיינע איינפאלער
געגראמט האט ער ווייל ער
געוואלט ברענגן פילע השפעות
————
דער בעלזער רב ר׳ ישכר דוב
זאגט ער דערויף
דער גראמער האט האף
פארשפארן דעם גיהנם אויף שעות
אין באבוב גאר גרויס זי איז
די רב זאגט נישט בלויז זי איז
גר״ם איז די אותיות
מ׳בטלין ג׳זירות ר׳עות
————
מ׳זעט יוצרות און זמירות
דעי שורות
פון פריער איז
געשריבן מיט גראמען און ליד
צדיקים אלס שרייבער
מחבר
מסתבר
א טיפע חכמה עס ציעט
————
רבי׳ס מיט חן זיי
אליין זיי
שטייען זיי
גראמען פאר א צווייטן איד
באטראכטן דו דארפסט עס
צו פאסט עס
דאך ווייזט עס
א העכערע ענין דא רועט
————