LYRIC

DAVID HARIDAK- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L- Chevlei Moshiach 1

אייביג וועלן זיי זיין ביי מיר אין זכרון
די שטעטלע קאזשאן-האראדאק ווי איך בין געבוירן געווארן
און די שטעטעלע דאוויד-האראדאק ווי איך בין ערצויגן געווארן
און דער חורבן וואס פון זיי איז געווארן

א שטיבעלע א זיבעלע מען נעמט עס אן אין האנט
א גארניקל אן איינגבויגטע וואנט, אוי יו יו
א דעכעלע א בלעכעלע א בלושקע אין דער הויך
א קוימענדל וואס שטענדיג גייט א רויך

געבוירן בין איך דארט געווארן
און האב דארט אפגעלעבט די יארן
צער און פרייד געהאט דארט אן א שיעור
דארט פלעגט די מאמע מיך פארוויגן
זינגען א טרויעריגן ניגון
און דעם טאטען ערגעץ אין סיביר

א בענקעלע א שענקעלע א קיילעכדיגער טיש
זענען ביי מיר אין זכרון פריש, אוי יו יו
א זייגערל דער שטייגערל ס’קלאפן דורכאנאנד
די בילד פון אלטן זיידן אויפן וואנט

די אויגן פון דעם אלטן זיידן
פלעגן דאן שטענדיג צו מיר רעדן
און פון גן עדן קוקן פלעגן זיי
אין שעה’ן שווערע פון מיין לעבן
פלעגן זיי שטענדיג פאר מיר שוועבן
יענע שמייכלענדיגע אויגן צוויי

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין, אזוי זיס און פיין
די גאסן לאנגע פול מיט הויפן שיינינקע
איין טייך א גרויסע און אויך איינס א קליינינקע
און אויפן ברעג ליגן אן סדר
הייזאלאך איינער אויף דער צווייטער
די פענסטארלאך ווי לעכאלאך אן שיין

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין, אזוי זיס און פיין
אינמיטן שטאט די שוהל מיטן מרחקעלע
אויסערן שטאט דער בית עולם אויפן בערגעלע
מצבות אלט און אפגעריבן
דאס איז דאך אלס וואס איז געבליבן
פון די ליבער שטעטלע דו מיין

די הייזל אלט די שטרוי צופאלט די יארן שוין אוועק
געקומען זענען אומרואיגע טעג, אוי יו יו
דער הימל רויט דער שונא גייט
אלס נענטער קומט זיי צו גיין
מיין ווייסט נישט אדער לויפן אדער ניין

אין דיינע גאסן בין איך געלאפן
און איך האב אידן דארט געטראפן
אבער איך האב זיי שוין נישט דערקענט
דער שונא האט אויף זיי געפלויגן
און דו האסט צוגעמאכט די אויגן
און איך האב דיר העלפן נישט געקענט

איינמאל נאכט די שטעטל ווארט
אין טרויער אן א שיעור
געזעגנט כ’האב זיך שטעטעלע מיט דיר, אוי יו יו
איך בין אוועק און ווייטן וועג
אין פינסטער פון דער נאכט
און דו האסט רואיג אויפן סוף געווארט

געוויינט עס האט דארט יעדער איינער
געוויינט עס האבן אויך די שטיינער
געוויינט עס האט פון דעכעלע די שטרוי
איך בין אוועק פון דיר נאר איינער
עס מיט מיר נישט מיטגעגאנגען קיינער
נאר דעם אלטן זיידנס אויגן צוויי

דאוויד-הארידאק
אט די קליינינקע שיינינקע שטעטל מיין אזוי זיס און פיין
די הייזער דיינע זענען אלע אפגעברענט
פון די שולן זענען נאר געבליבן שטיקלאך ווענט
אלס מיט
א הויכע קבר ביז צום הימל
איז פון דיר געבליבן שטעטל מיין

עס איז געווען א וואך נאך תשעה באב
האט מען אלע אידן ארויסגעטריבן אונטערן שטאט נאקעטערהייט
געצווינגען אויסגרובן א ריזיגען גרוב טיף און ברייט
און מ’איז ארויף אויף זיי מיט טראקטורן און פארשאטן לעבעדיגערהייט, השם ינקום את דמם

די גוים פון שטעטל זענען געשטאנען ביי די זייטן צושפרייט מיט העקן מיט שטעקנס
נישט געלאזן קיינעם זיך רעטן פון טויט
און די גוטע גוים, די אידישע פריינד צוזאמען פון די אוניווערזיטעטן מסחר און פאך
וואס האבן זיך געקושט מיט די אידן באזוכט זייערע הייזער גערעדט זייער שפראך
האבן אנגעפירט מיט דער שרעקליכער זאך

אט דאס איז דער אויפטוה פון השכלה
און א ראי’ אז די גאנצע קללה
האט זיך אנגעפאנגען ניט אין פוילן אין די חסידישע שטיבלאך
ניט אין די ליטווישע ישיבות
נאר אין די דייטשישע שטעט און אין די אינטעליגענטע סביבות
ווי מען האט די קינדער געטויפט תיכף נאכן געבוירן ווערן
עס זאל זיין לייכטער אריינגיין אין די אוניווערזיטעטן
און א דאקטאר צו ווערן
אין יענע ערטער האט זיך עס אנגעפארנגען
און דאן איז עס שוין ווייטער געגאנגען