LYRIC

BRIDER- Shloime Daskal- Composed by Avromi Weiss, Lyrics by Lipa Schmeltzer- Kedei

דער עולם טוט שוין פּאטשען העכער
און פארוואס איר ווייסט דאך זעכער
ברודער
ווייל עס קומען יעצט אינאיינעם
ביי א שמחה גאר א שיינעם
ברודער

ווען די ברודער זענען נאנט
די אחדות קען מען גלייך דערקענען
און דער בורא האט הנאה
ווען די אידן נאנט מיר זענען
לאמיר זיין באחדות אלע כלל ישראל עם אחד ווי ברודער

אַן אויסגעמוטשעטער א מידער
אבער ווען ער טרעפט זיין ברודער
ברודער
הייבטס זיך אויף מיט נייע קרעפטן
ביידע הענט מ’טוט באהעפטן
ברודער

א שמייכעלע פון אויער צו אויער
מ’פרעגט דעם ברודער זאג וואס טוט זיך
און דער ברודער ענטפערט
אלעס פיין און ברכות שיין מ’גיט זיך
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ברודער

CHORUS:
איי איי איי
הנה מה טוב ומה נעים – ברודער
שבת אחים גם גם יחד – ברודער
הנה מה טוב ומה נעים – ברודער
שבת אחים גם גם יחד – ברודער
מיין ברודער

א משפּחה פון דערווייטענס
קומען פון דעם זעלבען טאטע’ן
ברודער
פארן וועט מען ווייטע וועגן
זיך צו געבן א באגעגען
ברודער

פון מאנטריאל מ’איז זיך מייגע
א נסיעה א געשמאקע
און אנטווערפּן און שיקאגא
לעיקוואד, מאנראוי, בני ברק’ע
כלנו בני איש אחד יא מיר זענען אלע אידן ברודער

דער באשעפער אונזער פאטער
פיהל מיט ליבשאפט אונז באראהט ער
ברודער
אז מ’זאל זיך האלטן אייניג
סיי פונדרויסן און פון אינעווייניג
ברודער

ווען צוזאמען שיין מ’האלט זיך
אחדות אזא כח האט
צו פארשטארקען עם ישראל
זאל פארבלייבן עם אחד
הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד ברודער

CHORUS:
איי איי איי
הנה מה טוב ומה נעים – ברודער
שבת אחים גם גם יחד – ברודער
הנה מה טוב ומה נעים – ברודער
שבת אחים גם גם יחד – ברודער
מיין ברודער