LYRIC

BLOW THE SHOFAR- Sung & Composed By Mordechai Ben David, Lyrics By Ribnitzer Rebbetzin A”H- Moshiach Is Coming Soon/ The Yiddish Collection

יעצט אין דעם לעצטן דור
ווי עס מוטשעט זיך דער איד
אין הארצן טוט ער האפן
…און ער זינגטס זיך צו דאס ליד

באשעפער אלמעכטיגער
איך פארלאז זיך נאר אויף דיר
ווייל אין שער הדמעות
.איז דאך אפן דעם טיר

קום דערנטער זיך צו אונז
הער דאס יעמערליך געוויין
נעם שוין צאם די טרערן
.און פארגרינגער אונזער פּיין

CHORUS:
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
.משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס

משיח, מיר שפירן
אז דו קומסט יעדע מינוט
קיין ירושלים אונז פירן
.מיט די שכינה אינדערמיט

עס ווארט דארט יעדע שטיינדל
עס בענקט זיך די וואנט
אז די גרויסע קדושה
.זאל שוין אויסמעקן די שאנד

אוי, ציון שטיי שוין גלייך
דערהייב שוין דיין קרוין
פאר די שומרי תורה
.צאל שוין זייער באלוין

CHORUS:
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
.משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס

בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס
בלאז דעם שופר ווייל מיר האלטן עס נישט אויס
.משיח בן דוד קום לייז אונז שוין אויס

!קום לייז אונז שוין אויס