LYRIC

BARUCH HASHEM- Mordechai Ben David- Composed By MBD, Lyrics By Lipa Schmeltzer- Luley Sorascha/We Are One

בלי עין הרע שטארק מצליח
ביזנעס גרויסע גוט מרוויח
ווייסט נישט פון קיין געפאר
געלט און נחת גאר אסאך
מ’דאנקט און לויבט אויף יעדער זאך
דעם בורא דער גרויסער האר

ווייל ער האט דאך ביי זיך דעם שליסל
געבן יעדן נאך אביסל
העלפן יעדן איינעם פון זיין צער
ברוך השם געט מען א זאג
אויף יעדן טריט א יעדן טאג
אויף להבא בעט מען אויך, שתפתח לנו שער

א חבר דרייט זיך שטארק פארזארגט
אזויפיל חובות אנגעבארגט
געשעפטן גייען נישט גוט
פראבלעמען נעבעך מיט א קינד
און ער אליין איז אויך נישט געזונט
די מאמע, זי וויינט דאך מיט

דער צער ביי זיי איז אן א מאס
זיי פרעגען אבער נישט פארוואס
ווייל כל מאן דעביד, איז אלעס גוט
מען גלייבט און זאגט ברוך השם
באשעפער אוי די תפילות נעם
זיי ווייסען דער באשעפער היט
אויף יעדען טריט און שריט

CHORUS:
טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x2)

אויפ’ן עראפלאן צוזאמען
איבער וואסער, איבער ים’ען
קיינמאל זיך נישט געקענט
מ’זוכט ארום, מ’כאפט א בליק
מ’זעט א יוד, מ’איז פול מיט גליק
באשעפער, מ’הייבט די הענט

שלום עליכם, וואס מאכט א יוד
ברוך השם, ס’איז אלעס גוט
די שמחה אויפן פנים מ’דערקענט
ווייל ווי א יוד זאל נאר נישט זיין
איז ער דאך קיינמאל נישט אליין
השגחה פרטית היט עם אייביג א יעדער מאמענט

CHORUS:
טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x2)

אידן ס’איז א פארגעניגן
זינגען אייביג אט דעם ניגון
פריילעך ברוך השם
וועט דער בורא אונז געדענקען
אלעס גוטס פאר אידן שענקען
טאקע, נאר וועגן דעם

שטארקן זיך א גאנצן לעבן
נישט קיין ייאוש, נישט אויפגעבן
ס’קומען גוטע טעג, בעזרת השם
מיר וועלן זיך נאך אלע פרייען
מזל טוב צוזאמען שרייען
אלע אין ירושלים בעזרת השם

CHORUS:
טאג און נאכט, ברוך השם
נאר מ’טראכט, ברוך השם
ווי מ’גייט, ווי מ’שטייט
הערט מען, ברוך השם
מיט אמונה יעדן ריר
מיט ביטחון אן א שיעור
לעבט א יוד נאר בעזרת השם
(x4)

לעבט א יוד נאר בעזרת השם

!ברוך השם