LYRIC

A YIDELAH- Isaac Honig- Composed By Isaac Honig & Shulem Ezri- Behar Hamoriah

דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג
אינגאנצן פארצער’ט, אינגאנצן פארטראכט
וואו זענען מיינע טעג
וואו האב איך זיי פארבראכט
אוי וויי, אוי וויי געוואלד
אוי אוי וואו איך האלט
רבונו של עולם הער צו מיין געשריי

איי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
איי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע

מה רבו מעשיך השם
דיינע ווינדער ווער קען פארשטיין
פיל וועלטן האסטו באשאפן
דו פירסט און שפּייזט דאך אלעס אליין
וואס עס פּאסירט אויף הימל און ערד
ווערט נאר דורך דיר באשערט
ווער קען דען באשרייבן דיין גרויסן כח
פון דיין מיליטער וואס דו האסט אין דער הויעך

טויזענטער מלאכים אָן א צאל
וואס זענען אָן א מאס גרויס
שטייען גרייט אויף דיין באפעל
ווי א פייל פליט פון בויגן ארויס
זיי לויבן מיט שירה דעם הייליגן בורא
דערהייבן זיין כבוד מיט ציטער און מורא
אבער א ברכה פון א איד מיטן הארץ צו אים
דער גרעסטער נחת האט ער פון דעם

אוי אוי געדענק, געדענק, דיינע מצוות אזוי שיין
דיין תורה מלא חן
ער ווארט אויף דיין געבעט
דיין גוטע מחשבה ער זעט
אידעלע זיי פרייליך
שטארק דיך, שטארק דיך אצינד
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך
ער רופט דיר אן מיין קינד

אידעלע! אידעלע! וועק דיך פון שלאף אויף
א קרעכץ גייט ארויף
ווי טייער איז יעדעס מאל
ווען דו זאגסט שמע ישראל
אידעלע טו דאנקען און לויבן
שטארק דיך שטארק דיך שוין
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן
מכל עם ולשון

CHORUS:
איי אידעלע, אוי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
איי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע

אוי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
איי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע

באלד ווען משיח וועט קומען מיר וועלן דערלעבן דעם גרויסן טאג
וואס מיר ווארטן שוין אזויפיל יאר
ווי בא’חנ’ט ווי באליבט דיין עבודה איז געווען
וועסטו זען דאן אפען און קלאר
לאמיר זיך פרייען מיטן גרויסן בורא
לאמיר זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה
אים דינען יעדע רגע און א יעדע מינוט
מיר גייען שוין אקעגן משיח בן דוד

אוי אוי געדענק, געדענק, דיינע מצוות אזוי שיין
דיין תורה מלא חן
ער ווארט אויף דיין געבעט
דיין גוטע מחשבה ער זעט
אידעלע זיי פרייליך
שטארק דיך, שטארק דיך אצינד
ווייל דו ביסט דאך א בן מלך
ער רופט דיר אן מיין קינד

אידעלע! אידעלע! וועק דיך פון שלאף אויף
א קרעכץ גייט ארויף
ווי טייער איז יעדעס מאל
ווען דו זאגסט שמע ישראל
אידעלע טו דאנקען און לויבן
שטארק דיך שטארק דיך שוין
ווייל דו ביסט דאך אזוי דערהויבן
מכל עם ולשון

CHORUS:
איי אידעלע, אוי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
אוי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע

איי אידעלע, אוי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע
אוי אידעלע, איי אידעלע
שטארק דיך שטארק דיך אידעלע

דרייט זיך א אידעלע אינמיטן וועג
אזוי פרייליך זיין פּנים לייכט
אוי ווי שיין זענען מיינע טעג
פיל מיט מצוות טאג און נאכט
אוי וויי, אוי וויי געוואלד
משיח קומט דאך באלד
רבונו של עולם איך וועל בלייבן פאר דיר געטריי