LYRIC

A YESHIA’LE- Mordechai Ben David- Composed By R’ Yom Tov Ehrlich- Ich Hu Gevart/I’ve Waited & Waited

שוין צוויי טויזנט יארן
פון צער און פון צארן
,אין גלות צו שאנד און צו שפאט
געבליבן אן כח
געבליבן אן מח
אלעס פארלוירן מ׳האט

פון היימען פארטריבן
עלענד געבליבן
,מען האט נישט קיין ביסעלע גליק
האט מען זיך גענומען
און מ׳איז געקומען
אין לאנד פון די אבות צוריק

ס׳קוקען די אבות
מ׳הערט די מחשבות
,אידן מ׳קומט אן א צאל
ס׳איז אנדערע אידן
מיט אנדערע זיטן
ס׳איז נישט דער איד פון אמאל

מ׳ווייסט נישט פון בורא
מ׳היט נישט זיין תורה
,מען מיינט אז עס איז שוין די צייט
אז דאס איז די רפואה
אז דאס איז די ישועה
עס איז אבער נאך זייער ווייט

מען דארף נאך א ישועה׳לע
טאקע די טעג
מען דארף נאך א רפואה׳לע
,פאר די פארלוירענע אין וועג
פון גלות פון דעם ביטערן
מ׳איז פון אונז אוועק
אז אלע גלידער ציטערן
די הארץ איז פול מיט שרעק

ווען וועט ער שוין קומען דער נביא
,און ס׳וועט פאר אונז זאגן א ווארט
און ווער עס וועט עס נאר הערן
וועט תשובה טון באלד אויפן ארט

מען דארף נאך א ישועה׳לע
,דער פאלק איז נישט געזונט
מען דארף נאך א רפואה׳לע
פארהיילן אונזער וואונד

ס׳איז אוועק פילע יארן
ס׳איז אנדערש געווארן
,די לאנד האט אן אנדער מין בליק
פון נאנט און פון ווייטן
און פון אלע זייטן
מען קומט צום באשעפער צוריק

בעל תשובות עס ווערן
זיי טוען זיך מערן
,די גאנצע וועלט רעדט שוין פון דעם
יעדן טוט פרייען
מען הערט ריידען נייע
פון תורה און יראת ה׳

די וועלט איז צובראכן
די וועלט איז צוקראכן
,איינער דעם צווייטן האט פיינט
זיי קוקן מיט קנאה
זיי קוקן מיט שנאה
אידן מען וואקסט און מען שיינט

און אידן אן מורא
וואס היטן דעם תורה
,זיי ווערן אלץ מער אלע יאר
די הארץ טוט אונז זאגן
עס הייבט שוין אן טאגן
די ישועה איז נאנט ביז גאר

עס קומט שוין די ישועה׳לע
טאקע די טעג
עס קומט שוין די רפואה׳לע
,פאר די פארלוירענע אין וועג
מ׳דארף נישט קיין סאלדאטן מער
און נישט קיין אפיצער
ווייל און שיל די גאנצע מיליטער
דער תהילים איז דער געווער

ווען דער באשעפער וועט קומען און ווייזן
א שטראל פון זיין ליכט
און אלע אידן די פרייע
,וועלן פאלן אויף זייער געזיכט
און טרערן וועלן גיסן זיך
ווי קוואלן פון דעם מח
ווען זיי וועלן דערוויסן זיך
פון דער באשעפער אין דער הויעך