LYRIC

A TOVA FAR A TOVA- R’ Yom Tov Ehrlich Z”L

הערט א מעשה אידען פון דעם סטאלינעם
וואס מיין זיידע איז אליין געווען ביי דעם
פארנדיג אין וועג, דורך וועלדער אן א עק, פול מיט פחד און מיט שרעק
איינמאל פארט דעם רבי’נס בויד אין פרעמדן וועג
איבער פעלדער איבער וועלדער אן א עק
.די פערדאלאך איינגעשפאנט, די חסידים ביי די האנט, קלינגען די גלעקלאך דורכאנאנד

פארט מען זיך אמאל, איבער בארג און טאל
איבער וועלדער אן א צאל, און מען זינגט א ניגון אויפן קול
און מען קומט זיך באלד, אין א גרויסן וואלד
.יעדער בוים איז גרויס און אלט, און עס איז פינסטער און קאלט

פלוצלינג בלייבן די פערד שטיין, און זיי ווילן מער נישט גיין
דער בעל עגלה שרייט געוואלד, א חיה לויפט אין וואלד, אוי אוי אוי
און די פערד די זיבן שטיק, שרייען רייסן זיך צוריק
.רבי שרייען די חסידים אויס, די סכנה איז זייער גרויס

און דער רבי דארט, ער הייבט זיך שוין פון ארט
ער גייט זיך צו צום טיר פון בויד גיט אן עפן און ער קוקט דארט
און דערזען האט ער, שטיין א גרויסן בער
.ער דרייט זיין פוס אהין אהער, און ער אטעמט שווער

רופט זיך אן דער רבי צו זיין איד, יום טוב שמחה שרעק זיך ניט
נעם א נאדל שטארק און גרויס, און גיי צום בער ארויס, אוי אוי אוי
נעם זיין פוס און קוק גוט דארט, שטעקט א האלץ דארט אויף אן ארט
.נעם ארויס די האלץ געשווינד, און די וואונד פארבינד

יום טוב שמחה קלערט ניט מער, ער גייט ארויס צום בער
ער דרייט זיין פוס אהין אהער, און זעהט א האלץ שטעקט טיף און שווער
ער נעמט די האלץ ארויס, דער ווייטאג מוז זיין גרויס
ער טוט אריין די האנט אין שויס, און נעמט זיין גרויסע טוך ארויס
און די וואונד פארבינדט, פארהאלט די בלוט וואס רינט
.דער בער גיט א ריר געשווינד, און אין וואלד ער פארשווינדט

-2-

פארט דעם רבינ’ס בויד זיך ווייטער דורכאנאנד
איבער ווילדע וועגן פון דעם פרעמדן לאנד
די פערדאלעך געשפאנט, די חסידים ביי די האנט, און די וועג איז אומבאקאנט
געקומען איז די נאכט דער טאג שוין לאנג אוועק
מען זעט שוין נישט קיין שיין, מען זעט שוין נישט קיין וועג
.דער וואלד איז אן א עק, מען זעט גארנישט קיין ברעג, נאר פינסטער און אומעט און שרעק

און די בויד זי פארט, מען רעדט דארט נישט קיין ווארט
אפשר וועט דער רבי פאָרט, קאנען שלאפן אביסל דארט
די וועג איז אזוי שווער, מען וויגט זיך הין און הער
.דער רבי שלאפט דער רבי שלאפט אין זיינע אויגן גלאנצט א טרער

פלוצלינג בלייבן די פערד שטיין, און זיי ווילן מער נישט גיין
דער בעל עגלה שרייט געוואלד, א חיה לויפט פון וואלד, אוי אוי אוי
און די פערד די זיבן שטיק, שרייען רייסן זיך צוריק
.נאר די חסידים רעדן ניט, דעם רבינ’ס שלאף מען היט

און דער רבי דארט, ער הייבט זיך שוין פון ארט
ער גייט זיך צו צום טיר פון בויד גיט אן עפן און קוקט דארט
און דערזעהן האט ער, ווידער שטיין א בער
.א גרויסן שווערן פאק האלט ער, און ער אטעמט שווער

רופט זיך אן דער רבי צו זיין איד, יום טוב שמחה שרעק זיך ניט
נעם א כלי זאל זיין גרויס, און גיי צום בער ארויס, אוי אוי אוי
גיי פאמעלעך נישט פארטראכט, זע ווי פינסטער איז די נאכט
.גיי צום בער וואס דארטן ווארט, נעם צו וואס ער האט געבראכט

יום טוב שמחה קלערט ניט מער, ער גייט ארויס צום בער
א גרויסן שווערן פאק האלט ער, און ער אטעמט אזוי שווער
און ווי ער קוקט אלץ מער, אזוי דערקענט האט ער
.אז דאס איז דער זעלבער בער, וואס די האלץ געהאט האט ער

ער ווארפט אויף איהם זיין בליק, צושמייכלט זיך פון גליק
דער בער האט געבראכט זיין טוך צוריק, מיט בינען האניג א גרויסן שטיק
געלאזן האט עס דער בער, אנטלאפען גלייך איז ער
.שרייט דער זיידע קומט אהער, ס’איז עס אויפהייבן שווער

-3-

פארט דעם רבי’נס בויד זיך ווייטער דורכאנאנד
איבער ווילדע וועגן פון דעם פרעמדען לאנד
די פערדאלעך געשפאנט, די חסידים ביי די האנט, עסן האניג דורכאנאנד
פאהרן חסידים עסן האניג שמייכלען סתם
פאהרן חסידים עסן האניג שמייכלען סתם
.די פנים פול מיט פלאם, דער האניג פול מיט טעם, ס’איז פון גן עדן מן הסתם