LYRIC

A POSHITER YID- Lipa Schmeltzer- Composed By Shauli Grossman & Yitzchok Landau- A Poshiter Yid

איך גיי אויף דעם דרך
זייט איך בין געבוירן
די זעלבע וועג בערך
אבער צומישט און פארלוירן
אין וועלט אריין גיי איך
פון די נייע דורות
ס’איז היינט א אנדערע ריח
דאך די זעלבע תורות

כ’וועל נישט זיין געפאלן
כ’על בלייבן א העלד
פון באשעפער וואס גיט מיר אלעם
כאטש ס’איז א שווערע וועלט
א צדיק בין איך נאכנישט
אבער איך ווער נישט מיד
אויפגעגעבן האב איך דאך נישט
איך בין א פּשוט’ע איד

און אפילו א תפלה איך פארשטיי נישט
צובראכן ווערן פון דעם איך גיי נישט
ווייל איך רעד צו טאטי אויף מיין פּשוטע שפּראך
פּונקט ווי א בעבי וואס האט נישט קיין ציין
און קען נישט רעדן נאר מיט געוויין
וואס דאס קינד וויל פארשטייט’עך מאמי גלייך

ווען איינער טוט השתדלות
ווער קען שאצן די ווערד
וואס איז באמת א גדלות
אפשר אויבן קוקט מען פארקערט
א צדיק איז מען נאכנישט
טאר מען נישט ווערן מיד
אויפגעבן טאר מען דאך נישט
איר זענט א פּשוט’ער איד

כ’וויל אויפהערן פרעגן
און וועלן אלעס פארשטיין
אויף פּשוטע וועגן
וויל איך ענדערש גיין
כ’על מיך נישט אפּשוואכן
כ’קען גיין קליינע טרעפּ
און אויפטון גרויסע זאכן
סטעפּ ביי סטעפּ

כ’בין אפשר נישט די גרעסטע
דאך בין איך א העלד
איך פּראביר מיין בעסטע
כאטש נישט יעדן אלעס געפעלט
כ’פיר שווערע מלחמות
אוי, מיט שונאים געפערליכע
אז די אינגע נשמות
זאלן וואקסן ערליכע

ס’איז גארנישט ווערד דער שיף’ס קאפּיטאן
אָן די מאנשאפט אויסצופירן דעם פּלאן
ווייל יעדער האט א חלק אין דעם קריג
אפילו אויב מ’איז נאר די קעכער פון די ארמיי
דאך בין איך זעכער אז ס’איז כדי
יעדער נעמט אנטייל אין דעם גרויסן זיג

מען טאר נישט זיין געפאלן
מ’דארף בלייבן א העלד
פון באשעפער וואס גיט מיר אלעם
כאטש ס’איז א שווערע וועלט
א צדיק בין איך נאכנישט
דאך ווער איך נישט מיד
אויפגעבן טאר איך דאך נישט
כ’בין א פּשוט’ער איד

זייט איך גיי אויף דעם דרך
האט זיך געעפענט נייע טויערן
ס’איז מער נישט בערך
(ס’איז מער נישט צומישט און פארלוירן (הלואי
…טירירירירי

יא איר טוט השתדלות
יא ס’איז זיכער ווערד
ס’איז א גרויסע גדלות
און אויבן ווערט עס דערהערט
אויב א צדיק זענט איר נאכנישט
טאר מען נישט ווערן מיד
אויפגעבן טאר מען דאך נישט
מ’איז כאטש א פּשוטע איד

רבי ר’ זושא פלעגט אלץ זאגן פרייליך
מ’עט מיך נישט שמייסן פאר’ן נישט זיין ווי מיילעך
דאס בעסטע וואס איך קען זיין דאס וויל מען פון מיר
איך בין ליפּא, איך בין נישט די גרעסטע
אבער איך וויל פּראבירן מיין בעסטע
איך בעט דיר טאטי העלף מיר ווען איך פראביר

איך וועל נישט זיין געפאלן
כ’על בלייבן א העלד
פון דיינע גענעראלן
כאטש ס’איז א שווערע וועלט
א צדיק בין איך נאכנישט
זע איך זאל נישט ווערן מיד
אויפגעבן טאר מען דאך נישט
!איך בין א פּשוט’ע איד