LYRIC

A GUTE VOCH- Avraham Fried- Traditional, Lyrics By R’ Yom Tov Ehrlich & Avraham Fried- Melave Malka

א גוטע וואך, מיט ברכה, הצלחה
,ישועות, רפואות און נחת און חן
פריילעך, לאמיר דעם שבת
,באגלייטן אנגרייטן א סעודה גאר שיין
מען זיצט מיט די מלכה ס’איז גאר א פראכט
ביז שפעט אין דער נאכט
,א לחיים מען מאכט
מיט א ניגון גאר צופרידן
עס ווערט דארט די נאכט פארבראכט

פרייטיג צו נאכט’ס גייענדיק אהיים פון שול
,זיינען מלאכים געקומען אונז זען
שבת מיט תורה ותפילה
,אביסעלע נענטער צום בורא געווען
יעצט קומט די וואך א נייעם יאך
צוריק צו די געלט
,צוריק צו דער וועלט
מען דארף האבן כח
בייקומען אלץ וואס אויף ג-טלעכקייט פארשטעלט

CHORUS 1:
אל תירא עבדי יעקב
,מיר וועלן אלע האבן א שבוע טוב
די וואך איז דערפאר
,געבן אונז שכר
אויף מאכן הייליג
אלץ וואס איז ליידיג

צו מאכן פון דעם קליינעם וועלט
,א דירה לו יתברך, א הייליג געצעלט
די שבת זי גייט
,נאר מיר שטייען גרייט
טאן וואס מען דארף און פריילעכערהייט

ווען דער שבת קומט צו גיין
,א נייער לעבן
אלע פוצן זיך אויס שיין
,סיי גאויס און סיי קליין
די קאפ עס ווערט ביי יעדן ריין
,א נייער שטרעבן
א נייע נשמה עס קומט צו גיין

CHORUS 2:
די וואך איז דאך פול מיט פערדראס
,קומט שבת קודש ביסטו בעל הבית
ווי א מלך אזוי און א מלכה די פרוי
מיט הויכע געפילן קאן מען דאן פילן

דעם חילוק פון איד מיט’ן גוי
,מען האט צייט אצינד זען יעדן קינד
די שיינקייט פון דעם די חכמה פון אים
אויך דער באשעפער פרייט זיך מיט דעם

CHORUS 3:
דערפאר ווען דער שבת גייט אוועק
,לאזט מען נישט אפ מען פארשטעלט איר די וועג
מען בעט זיי נאך דא עטליכע שעה
מען מאכט איר א סעודה מאכלים גאר גוטע

אין זכות פון דער מלווה מלכה
,וועט קומען צו גיין דוד משיחא
קול צהלה, עס קומט שוין די שעה
אליהו וועט אונז זאגן משיח איז דא

און טאקע ווען משיח וועט זיין
,וועט די גאנצע וועלט שבתדיק פיין
גיסט מיר אריין א ביסעלע וויין
!לחיים, א גוטע וואך זאל אונז זיין