LYRIC

A FREILICHEN TISHA B’AV- Avraham Fried- Composed By Rabbi Dr. Abraham Twerski- Ah Mechaye

תשעה באב ביינאכט
מען האט אפגעזאגט די קינות
האט מען עס אין שמות באהאלטן

לשנה הבאה, בעזרת השם
דעם תענית וועט מען מער
נישט דארפן האלטן

אנשטאט צו לערנען קמצא ובר קמצא
וועט מען לערנען מילתא דבדיחא
אנשטאט צו לערנען הלכות אבלות
וועט מען לערנען הלכתא דמשיחא

עס וועט זיין א בית המקדש במהרה בימינו
נאך שענער ווי דער ערשטער און דער צווייטער
וואס וועט מן השמים אראפקומען
אינגאנצן א פארטיקער א גרייטער

ס׳וועט מער נישט זיין קיין צרות, יגון ואנחה
און צום גלות וועט שוין זיין א סוף
און איינער דעם צווייטן וועט זיך וואונטשן
א פרייליכן תשעה באב

צהלה ושמחה וועט זיין מגילת איכה
און ס׳וועט טאקע זיין א מחי׳
שבת חזון וועט עולה זיין צו מפטיר
די נביא ישעיה

חזון ישעיהו וועט ער זינגען
מיט א שמחת תורה׳דיגער ניגון
בנים גדלתי ורוממתי
כ׳האב זיי שוין געבראכט די ישועה

משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת
און מען וועט זינגען מזל טוב
און איינער דעם צווייטן וועט זיך וואונטשן
א פרייליכן תשעה באב

עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות
און ס׳וועט זיין א שפע לרוב
און איינער דעם צווייטן וועט זיך וואונטשן
א פרייליכן תשעה באב

תשעה באב צופרי וועט מען גיין און מקוה
גיין צו מעמדות ביי קרבנות
צו שחרית וועט מען אנטוהן טלית און תפילין
טרינקען א לחיים אין דעם תענית

משה רבינו וועט ארויף אויף דער בימה
דרש׳נען פאר אונז חדושי תורה
אהרן הכהן וועט טאהן די עבודה
אנצינדען די הייליגע מנורה

דערנאך וועט מען גיין צו
שעורים און פלפולים
אין די פארשידענע ישיבות
הלל און שמאי, רמב״ם און ראב״ד
קצות החושן און נתיבות

משיח וועט פראווען א סעודת יום הולדת
און מען וועט זינגען מזל טוב
און איינער דעם צווייטן וועט זיך וואונטשן
א פרייליכן תשעה באב

עס וועלן מקוים ווערן אלע ברכות
און ס׳וועט זיין א שפע לרוב
און איינער דעם צווייטן וועט זיך וואונטשן
א פרייליכן תשעה באב