LYRIC

A BEIGELA- Levy Falkowitz- Composed By Avrum Mordche Schwartz- Achake Lo

אין שטוב, אינעם הייליגן הויף
ביים צדיק ר’ הערשעלע זידיטשוב
ס’איז טינקל, אין זיין ווינקל ,
דאס לעכטעלע ברענט און צאנקט
ער לערנט תורה אויף זיין קול מיט א געזאנג

מ’שפירט אין הויז דאס דחקות און קלעם
נאר פארנומען מיט עבודת השם
קיין ברויט, עפעס עסן אויפן טיש
געפינט מען נישט

ווען פלוצלונג דער צדיק הערט
א געוויין וואס נאר העכער ווערט
זיין טאכטער’ל בעט – אירע אויגן ער זעהט – פארטרערט
פון הונגער איך גיי שוין אויס
ברענג עפעס עסן אין הויז
א בייגעלע קויף פאר מיר אין מארק גיי ארויס

מיין קינד נעם אין אכט
יעצט איז טינקל אינמיטן די נאכט
ס’איז ביי מיר נישט קיין שאלה – די געשעפטן זענען אלע – פארמאכט
ווען לעכטיג וועט ווערן אינדערפרי
נשמה’לע זאג איך דיר צו
איך וועל לויפן, דיר קויפן, מחיה זיין, נאך ווי

טאטע אפילו אינדרויסן איז פינסטער און שווארץ
דווקא יעצט דערקוויק מיר מיין הארץ
איך ווייס דערפון, ווען שיינען די זון, מיין הונגער שטילן וועסטו
אבער טאטע, יעצט איז די קונץ, נישט מארגן צופרי

דער צדיק ווענד, זיינע הייליגע אויגן, צום הימל גלייך
באשעפער, דיינע קינדערלעך, בעטן דאך, די זעלבע זאך
מיר ווייסן אזוי, לעתיד לבא, וועט זיין, א שפע אן א צאל
אבער ביז אהין, אזויפיל ישועות, דארף כלל ישראל

פיל מיט פלאג פיל מיט צער
מאכט מען מיט אין דעם גלות המר
הבט וראה – טאטע געטריי – אין אונזער געפאר
באשעפער דיין פאלק זי שטייט
אין חשכות אין טינקלקייט
דאס הארץ צובראכן פארקלעמט ס’בעט און ס’שרייט

טאטע אבינו אב הרחמן המרחם
באלייכט שוין אויף דאס יודישע היים
יעדע יוד דאף א שפע רב פרנסה נחת געזונט
עפן די טויערן און געב השפעות פאר דיין קינד

טאטע, מיר זענען דאך, ביי דיר אזוי, געשעצט
באווייז דיינע ווינדער פאר אונז, די קונץ איז דאך יעצט
שתרחמני עוד בגלותי לגאלני
אין גלות אין אונזערע טעג בימינו